בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מנהגים ביים מאכן פיאות
שמחה, מנהגים, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, י' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס זענען דא פארשידענע מנהגים וואס מען פירט זיך צו טון ביים אפשערן, ביים מאכן פיאות, דער עיקר דארף מען געדענקען צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען איז זוכה צו מאכן פאר די קינדער פיאות, און פרובירן צו אפהיטן דעם קינד ער זאל נישט זען קיין שלעכטע זאכן בכלל און בפרט אין די טאג וואס מען מאכט אים פיאות.


בנוגע וכו'; עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן דעם פסוק וואס ישעיהו הנביא האט געזאגט (ישעיה נ, ד-ה): "ה' אֱלֹקִים נָתַן לִי לְשׁוֹן לִמּוּדִים", דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א קלארע שפראך צו קענען לערנען אידישע קינדער, "לָדַעַת לָעוּת אֶת יָעֵף דָּבָר", צו וויסן די פאסיגע צייט ווען צו לערנען מיט די דורשטיגע מענטשן, זיי ברענגען צום אייבערשטן, "יָעִיר בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר", דער אייבערשטער וועקט מיך אויף יעדן אינדערפרי צו גיין נבואה זאגן, "יָעִיר לִי אֹזֶן", ער וועקט אויף מיין אויער, "לִשְׁמֹעַ כַּלִּמּוּדִים", צו הערן די נבואה. "ה' אֱלֹקִים", דער אייבערשטער, "פָּתַח לִי אֹזֶן", האט מיר געעפנט די אויער צו הערן זיינע רייד, "וְאָנֹכִי לֹא מָרִיתִי", און איך האב נישט ווידערגעשפעניגט, "אָחוֹר לֹא נְסוּגֹתִי", איך האב נישט אפגעקערט פון צו גיין אין זיין וועג (מגדל עוז להיעב"ץ).


אויך זענען דא וואס שרייבן די פסוקים אויף א קיכל און מען געבט דאס דעם קינד צו עסן (ספר משפט צדק).


אלע מנהגים זענען שיין און טייער, דער עיקר איז די שמחה; מען זאל זיין פרייליך און נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.