בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בנוגע גיין שפאצירן מיט די ווייב אין גאס, דו פרעגסט וואס טוט מען מיט דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות מג:): "לא יספר אדם עם אשה בשוק, ואפילו היא אשתו", מען זאל נישט שמועסן אין גאס אפילו מיט די אייגענע ווייב, צוליב חשד וכו'; עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (יוסף אומץ דיני נדה וערוה, סימן ח): "בעיירות קטנות כהנהו דידן בארץ אשכנז שרוב העולם מכירין בהן, שרי", אין די פלעצער וואו מיר וואוינען און די מענטשן ווייסן אז דאס איז די ווייב - איז מותר; עיין שם.
גיי אביסל שפאצירן מיט דיין ווייב, עס איז געזונט אין אלע בחינות; סיי פארן געזונט בגוף, סיי פארן געזונט בנפש און פארן שלום בית, און אז זי קרעכצט 'וואס וועט זיין מיט דאס?' 'וואס וועט זיין מיט יענץ?' זאלסטו איר אויסהערן און איר בארואיגן. שמועסט פון אמונה, שמועסט פון די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך ביז אהער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.