בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א מענטש האט נישט קיינעם אויף דער וועלט
חברים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


וויסן זאלסטו אז א מענטש האט נישט קיינעם אויף דער וועלט, אלע חברים זענען גוט ווילאנג זיי קענען האבן א נוצן, א טובת הנאה, אבער די רגע וואס זיי קענען גארנישט האבן זענען זיי די ערשטע צו באגראבן דעם מענטש; דאס האט מוהרא"ש גע'חזר'ט מיט אונז טאג און נאכט, אז מיר זאלן לעבן אן אמת'ע לעבן, וויסן וואס מענטש זענען. נישט נאכלויפן מענטשן און זיך נישט פארלאזן אויף מענטשן, נאר לעבן מיטן באשעפער, טראכטן פון אים און זיך פארלאזן נאר אויף אים.


דער נביא ירמיהו זאגט (ירמיהו יז, ז): "בָּרוּךְ הַגֶּבֶר", געבענטשט איז דער מענטש, "אֲשֶׁר יִבְטַח בַּה'", וואס פארלאזט זיך נאר אויפן אייבערשטן, "וְהָיָה ה' מִבְטַחוֹ", וועט אים דער אייבערשטער העלפן.


היינט י"ט כסליו אז א גרויסער טאג; אין דעם טאג איז דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו באפרייט געווארן פון תפיסה. דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי דער ריי"ץ זכותו יגן עלינו ברענגט (ספר היום יום, י"ח כסליו) אז מען האט אמאל געהערט ווי דער בעל התניא זאגט תהלים און ביים זאגן דעם פסוק (תהלים עג, כה): "מִי לִי בַשָּׁמָיִם, וְעִמְּךָ לֹא חָפַצְתִּי בָאָרֶץ" האט ער זיך זייער צופלאמט און געזאגט: "איך דארף נישט קיינעם, נישט די וועלט און נישט יענע וועלט, נאר דיר באשעפער אליינס"; ווער עס לעבט מיט דעם דער איז א גליקליכער מענטש.


...