בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
דו פרעגסט וואס דו קענסט טון אז די מצב אין שטוב איז איבערגעשטרענגט, סיי ביי דיר און סיי ביי דיין ווייב, ווייל די קינדער פאלגן נישט וכו', די קינדער רעדן מיט חוצפה וכו'.
דאס קען זיין צוליב וואס עס פעלט זיי אויפמערקזאמקייט; דאס פאסירט ווען עס ווערט געבוירן נאך א קינד, און די מאמע איז מער פארנומען מיט די נייע געבוירענע קינד; די געשוויסטער זענען מקנא, זיי ווארטן אויף די מאמע, בפרט אז דו האסט באקומען צוויי מתנות פונעם אייבערשטן, א צווילינג, דארפן די קינדער זיך צוגעוואוינען צו דער פאקט אז די מאמע איז מער פארנומען מיט די פיצלעך.
דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן, דו פון דיין זייט זאלסטו געבן אויפמערקזאמקייט פאר אלע קינדער, געב זיי גוטע ווערטער; דאס איז וויכטיגער פאר קינדער ווי אלעס אויף דער וועלט, לויב זיי אויס, בארים זיי און נעם זיי אריין אין די ווירטשאפט, זיי זאלן העלפן מיט די קינדער; אפילו די קליינע קינדער קענען אויך העלפן, זיי קענען וויגן די וויגעלע, זיי קענען געבן א באטל א צוצל וכו'.
ועל כולם זאלסטו זיך קובע זיין א צייט יעדן אינדערפרי צו גיין א שפאציר וואס איז בעיקר געשטעלט אויף תודה והודאה, דאנקען דעם אייבערשטן, דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן ברענגט גדלות המוחין, מען באקומט שטארקע כוחות, מען קען אסאך דערהייבן און פארנעמען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.