בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט עוסק בתיקון העולם, לתקן עולם במלכות שדי; דו פארשפרייטסט אמונה, דו טרונקסט אן ביימער; דו פאלגסט דעם רבי'ן. דער רבי הייבט אן די מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן אנטרינקען ביימער; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'".
מוהרא"ש איז דאס מסביר (בספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה"; און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.
בנוגע וואס דו פרעגסט אויב דו קענסט פארשפרייטן דיין נומער, ווער עס וויל באקומען אין פאסט אלע שיעורים אויף א יו עס בי זאל אריינרופן און דו וועסט דאס שיקן אן קיין פרייז, נאר שרייבן מען זאל שיקן צדקה וויפיל מען וויל געבן; דאס ווענדט זיך אין דיר, אז דו ביסט גרייט דאס צו מאכן וועסטו נאר פארדינען פון דעם.
אלע מפיצים וואס גייען הפצה לשם הפצה, זיי זוכן נישט געלט, זייער קאפ ליגט ערגעץ אנדערש - די זענען זייער מצליח. די וואס טראכטן פון געלט זענען אויך מצליח, עס איז דאך אן הבטחה פון מוהרא"ש: "ווער עס וועט גיין הפצה וועט האבן געלט אין טאש"; אבער זיי זענען נישט אזוי מצליח ווי די וואס די קאפ ליגט אין אן אנדערע פלאץ, די וואס טראכטן 'ווי קען מען מזכה זיין נאך א איד? ווי קען מען צוריק ברענגען נאך א איד צום אייבערשטן?' - די זענען מצליח.
שטארק זיך, געב איבער א ווארעמע גרוס פאר אלע חברים אין שול ובפרט פאר די וואס גייען הפצה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.