בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת טהרה, ב' דראש חודש אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך האב זייער הנאה יעדעס מאל איר שרייבט מיר, בפרט ווען איר שרייבט מיר באמערקונגען אויפ'ן ספר עצתו אמונה; איך וויל אז אלע שיחות און אלע תשובות זאלן זיין ריכטיג.
בנוגע אייער באמערקונג אויפ'ן בריוו וואו עס שטייט: "דער רבי האט געזאגט 'א קינד קישט מען נישט און א קינד שלאגט מען נישט'"; איר צייכנט צו מראה מקומות אז דאס איז נישט א דיבור פון רבי'ן אליינס, נאר פון אנשי שלומינו. דער אמת איז אז עס איז דא בריוו אין אשר בנחל וואו מוהרא"ש ברענגט דאס בשם אנשי שלומינו, נאכדעם איז דא מאלן וואס מוהרא"ש ברענגט דאס יא פון רבי'ן, צום ביישפיל, אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק א, מכתב לא) זאגט מוהרא"ש "בשם אנשי שלומינו", אזוי אויך אין חלק יט (מכתב ב' תלד); פון די אנדערע זייט ברענגט מוהרא"ש די שיחה - יא בשם דעם רבי'ן, (שאלות ותשובות ברסלב חלק ח, מכתב תתסח): "וכן יש דבור מרבנו ז"ל: 'לא מנשקים את הילדים, ולא מרביצים לילדים'"; א צווייטע מאל ברענגט דאס מוהרא"ש, אז דער רבי האט דאס גאר געזאגט פאר רבי נתן (חלק כד, מכתב ג' טז): "ואמר פעם למוהרנ"ת ז"ל, בשעה שנתן סטירה לבן שלו, 'א קינד שלאגט מען?' [ילד, מכים אותו?] 'מען קישט נישט און מען שלאגט נישט' [לא מנשקים ולא מרביצים]"; אין אנדערע פלעצער איז משמע אז דאס זענען צוויי באזונדערע שיחות, איינמאל האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן: "א קינד שלאגט מען?!" און א באזונדערע שיחה אז מען זאל נישט צערטלען.
איך האב הנאה אז איר לערנט די בריוו און איר זענט מדייק דערין; איך ווארט צו הערן נאך באמערקונגען.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פאלגן אלעס וואס מוהרא"ש לערנט מיט אונז; מיר זאלן מקיים זיין אלע שיחות פון רבי'ן, אלע שיחות פון רבי נתן און פון מוהרא"ש, וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פאר'ן לעבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.