בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אמור, ז' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
מזל טוב פאר'ן אפשערן פון אייער זון ... נרו יאיר; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אים מגדל זיין מיט אלע דיינע קינדער געזונטערהייט מיט דיין ווייב אינאיינעם און זען פול נחת.
איך וויל דיר געבן אביסל חיזוק זאלסט זיך שטארקן צו עוסק זיין יעדן טאג אין "הפצה"; דו קענסט קיינמאל נישט וויסן... דו קענסט ראטעווען דאס לעבן פון א בחור, פון א מיידל זיי זאלן נישט גיין אויפן וועג וואס פירט צום טויט, נאר גיין אויפן וועג וואס פירט צום לעבן.
אידישע קינדער גייען יעצט אריבער דעם לעצטן נסיון פאר ביאת משיח, עס גייט א מבול, א מבול פון ניאוף און פון כפירות און אפיקורסות. אזוי ווי דער רבי האט שוין פאראויס געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רכ) אז פאר משיח וועט קומען, "יִהְיֶה אַפִּיקוֹרְסוּת גָדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט זיין ביטערע שווערע נסיונות, אזוי ווי עס שטייט (דניאל יב, י): "יִתְבָּרֲרוּ וְיִתְלַבְּנוּ וְיִצָּרְפוּ רַבִּים", דאס גייט ארויף אז פאר משיח וועט קומען וועט אראפגיסן א מבול, אלע וועלן ווערן באגאסן און אפילו די ערליכע וועלן ווערן אנגעשפריצט. און נאר די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירות נפש זיין גאנצע לעבן – דאס ראטעוועט די בני הנעורים. וואויל איז פאר דער וואס איז עוסק אין די מצוה פון צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.
איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר, דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א טייערע מתנה, א טייערע ווייב תחי'. זאלסטו אכטונג געבן אויף איר; זיי איר מחזק, הער אויס אירע שמועסן, פארברענג מיט איר, שפאציר מיט איר און שפיל מיט איר. דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן. געדענק, ביים רבי'ן איז געווען שלום בית א יסוד היסודות, ווייל אז מען לעבט מיט די ווייב בשלום האט מען א ריינע מח און אן א ווייב קען מען נישט האבן קדושת המחשבה.
שטארק איר און זיי איר מחזק, דאס בעסטע חיזוק פאר א פרוי איז ווען איר אייגענע מאן טרייסט איר און פארשטייט איר.
ווען איך זע דיר ארויפקומען אין ישיבה שעפ איך נחת פון דיר.
פון דיין ראש ישיבה.
...