בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען
חיזוק פאר פרויען, אומאן, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לאנדאן


איך האב געטראפן אייער מאן נרו יאיר אין אומאן דעם פארגאנגענעם ראש השנה, ער האט מיר דערציילט אז איר האט אים געלאזט קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה על אף די שוועריקייטן פיזיש און גייסטיש נאכן געבוירן דעם קינד, עס איז אייך ממש אנגעקומען מיט מסירות נפש אז ער זאל פארן די יאר צום רבי'ן; דאס ווייזט אז איר האט א שטארקע אמונת חכמים, אז דער רבי זאגט קומען קיין אומאן שיקט מען דעם מאן אפילו עס איז גאר שווער; איך בין זיכער אז איר וועט נישט דערלייגן פון דעם נאר פארדינען בזה ובבא.


שטארקט אייך מיט תפילה והתבודדות, יעדע זאך וואס איר דארפט זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן, והעיקר זאלט איר טאג און נאכט בעטן פאר אייערע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, ווייל אין די היינטיגע טעג דארף מען אסאך רחמי שמים אז די קינדער זאלן זיין ערליך, און די תפילות פון די אידישע מאמע דאס איז די שטערקסטע גארענטי, און בזכות די תפילות פון אידישע מאמעס וועט זיין די גאולה. אזוי האט דער רבי געזאגט ווען מען האט אים געזאגט אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פינקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח, און איר זאלט זען אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער געזונטערהייט.