בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - נישט צו סאך צו וויינען, אביסל וויינען איז גוט
תהלים, וויינען, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט וויסן אז ביים אייבערשטן זענט איר זייער חשוב, דער אייבערשטער ווארט און גליסט צו הערן ווי איר דאווענט און איר זאגט תהילים, אויבן אין הימל נעמט מען יעדע ווארט פון תפילה און פון תהילים און מען מאכט פון דעם א קרוין פארן אייבערשטן (שמות רבה כא, ד).


געבט אכטונג נישט צו סאך צו וויינען, אביסל וויינען איז גוט, אביסל זיך אויסוויינען צום אייבערשטן - ווי שטארק מען וויל זיין גוט און ווי שטארק מען בענקט זיך צו אים - דאס איז גוט, אבער א גאנצן טאג דארף מען זיין נאר פרייליך.


זאגט יעדן טאג תהילים, און ווען איר ענדיגט ספר תהילים זאלט איר אריינשרייבן ביים לעצטן דף אין אייער תהילים יעדע סיום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#8 - פרנסה איז נישט די דאגה פון א אידישע מאמע
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, אידישע שטוב, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר זאלט זיין א מאמע, די פרנסה איז נישט אייער דאגה, איר זאלט זיין מיט די קינדער, פארעט זיך מיט די שטוב, און אז איר ווילט העלפן אייער מאן מיט פרנסה - זאלט איר טון צוויי זאכן, איינס, בעטס דעם אייבערשטן פאר פרנסה, ווייל תפילות פון א אידישע פרוי, א אידישע מאמע - איז בוקע רקיעים, עס שפאלט הימלען, צווייטנס, שטענדיג שמייכלען צו אים, (נישט א פאלשע שמייכל, אן אמת'ע שמייכל).


א פרוי וואס האט נישט קיין קליינע קינדער - איז גוט זי זאל ארבעטן, אזוי אויך א פרוי וואס דער אייבערשטער האט איר געגעבן א מתנה צו קענען עוסק זיין מיט מחנך זיין קינדער, אזוי אויך זענען דא פרויען וואס דאס איז זייער נאטור, זיי ווילן ארבעטן; דאס איז עפעס אנדערש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7 - אוועקשטופן די שלעכטע מחשבות, מיט'ן עס זאגן צום אייבערשטן
קינדער, תפילות אויף אידיש, מחשבות, שמות הצדיקים, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען עס קומען אריין אין אייך שלעכטע מחשבות, אז דאס קינד וואס איר ווארט וועט זיין נישט געזונט חס ושלום, זאלט איר דאס אוועק שטופן מיט תפילות; זאגט: "באשעפער העלף אז דאס קינד זאל זיין געזונט מיט אלע רמ"ח אברים און שס"ה גידים"; און ווען עס קומען אריין מחשבות אז דאס קינד וועט זיין א קליינער, עס וועט נישט וואקסן; זאלט איר מיט די מויל און צינג זאגן: "באשעפער העלף דאס קינד זאל וואקסן, עס זאל נישט זיין קיין מידזשיט" (קארליק); שטופט אוועק די שלעכטע מחשבות מיטן מויל, מיטן ארויסזאגן וואס איר טראכט צום אייבערשטן, און בעטן פאר דעם.


זאגט שמות הצדיקים, מען קען קויפן א ספר וואס האט אלע נעמען פון די צדיקים. מוהרא"ש זאגט, פרויען וואס ווארטן זאלן זאגן אין די חדשים "שמות הצדיקים" און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים - קען מען טוישן די טבע.


זאגט די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאגט די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְגֶערְהֵייט אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הִיט מִיךְ אוּן הִיט דָאס קִינְד, דִי דָאקְטוֹירִים שְׁרֶעקְן מִיךְ אָן אַז עֶפֶּעס טוֹיג נִישְׁט אוּן דָאס מַאכְט מִיר אַזֶעלְכֶע פְּחָדִים אַז אִיךְ הַאלְט דָאס מַמָּשׁ נִישְׁט אוֹיס, גֶעבּ מִיר אַ גֶעזוּנְט קִינְד, אַ לִיכְטִיג קִינְד, אַ הֵיילִיג קִינְד. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - די שכר פון די נשים צדקניות וואס ליידן און שווייגן
שלום בית, אידישע שטוב, חן, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי וואס איר גייט אריבער; איך האב געליינט אייער געשריי, אייער געוויין, אייער טרערן, און איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט נישט אפלאזן, איר זאלט נישט אויפגעבן; איר האט געהאלטן אייער שטוב ביז אהער האלטס עס ווייטער.


איך בעט אייך זייער, יעצט ווען איר האט אנדעקט אמעריקע, איר האט געטראפן ביי אייער מאן נישט גוטע זאכן השם ישמרינו, איר זעט וואס ער קוקט, איר זעט זיינע נסיונות, איר זעט וואס פאר א מאן איר האט וכו' - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל פארגעסן ווערן ביי אייך און ער זאל צוריק באקומען חן אין אייערע אויגן, און פארשטייט זיך בעטן פאר אים ער זאל זיך קענען שטארקן אויף זיינע נסיונות.


עס איז נישטא די ווערטער צו באשרייבן די שכר פון די נשים צדקניות וואס ליידן און שווייגן, נישטא קיין טינט און פאפיר צו אנהויבן שרייבן וואס ווארט זיי אויבן אין הימל, בשעת זיי זענען אזוי צעריסן ווען זייער מאן איז שוואך און פאלט אין נסיונות וכו' - דאך צעברעכן זיי נישט זייער שטוב, זיי האלטן די שטוב מיט ציין און נעגל עס זאל נישט צעפאלן, זיי גייען אן מיט א שמייכל כאילו לא היה.


אייער מאן איז א גוטער, ער איז נישט שלעכט; ער האט נסיונות, און מיט תפילה און סבלנות, און מיט אייער חכמת נשים - וועט איר זוכה זיין צו ניסים גלויים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#5 - מאכן פלעסטיק סערדזשערי, דאס קינד זאל נישט זיין אנדערש פון יעדן
תודה והודאה, רפואה, תפילות פון פרויען, אפעראציע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן דעם בילד פון אייער קינד; לדעתי זאלט איר יא מאכן פלעסטיק סערדזשערי. ערשטנס עס איז א מיידל, צווייטנס עס איז אויפן פנים; דארפן די עלטערן זארגן אז דאס קינד זאל נישט אויסזען אנדערש פון יעדעם.


דער עיקר דארפן די עלטערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען האט א געזונט קינד, און אויך אסאך בעטן אויף ווייטער, אז די קינד און אלע קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך.


איר ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש זאגט, אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ס, טז): "כָּל יָמִים שֶׁהָיְתָה שָׂרָה קַיֶּמֶת הָיָה נֵר דּוֹלֵק מִלֵּילֵי שַׁבָּת וְעַד לֵילֵי שַׁבָּת, וְכֵיוָן שֶׁמֵּתָה פָּסַק אוֹתוֹ הַנֵּר, וְכֵיוָן שֶׁבָּאת רִבְקָה חָזַר", ביי שרה און ביי רבקה האט די ליכט פון שבת געברענט א גאנצע וואך; ביי די וועלט איז אנגענומען אז מען בעט פאר גוטע קינדער ביים צינדן די שבת ליכט, אבער די הייליגע אמהות האבן א גאנצע וואך געבעטן דעם אייבערשטן, זיי האבן געטון וואס מען טוט ביי די ליכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - נישט אויפהעצן די קינדער איינער אויפן צווייטן
קדושה, חינוך הילדים, הדרכות, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע וכו'; אז אייער טאכטער וויל נישט גיין צו איר טאטע – זאלט איר זי נישט צווינגען. איר קענט איר פרעגן מפעם לפעם 'אפשר ווילסט גיין צו דיין טאטע? דיין טאטע וויל דיך זען, ער בענקט זיך צו דיר', אבער נישט צווינגען; אז זי וויל נישט גיין - קען מען נישט צווינגען.


דער עיקר דארף מען אכטונג געבן נישט אויפהעצן די קינדער איינער אויפן צווייטן; דער טאטע זאל נישט העצן קעגן די מאמע און די מאמע זאל נישט העצן קעגן דער טאטע, ווייל דאס קען לא עלינו זיי צוגרינד לייגן.


אויף דעם וואס איר האט מורא אפשר וועט ער טון מיט די טעכטער מעשים אשר לא יעשו; די עצה אויף דעם איז - רעדן צו די קינדער שטענדיג פון זיך אכטונג געבן, קיינער קען נישט אנרירן אונטער די קליידער, און קיינער קען דיר נישט הייסן זאלסט יענעם אנרירן אונטער יענעמ'ס קליידער, און אויך אויף די קליידער וכו'; מען מוז רעדן צו קינדער פון קדושה, ווייל אז נישט היינט - וועט מארגן אונטערקומען איינער וואס קען חס ושלום אוועקלייגן דאס קינד אויפן לעבן.


בעטס דעם אייבערשטן זיי זאלן אויסוואקסן געזונט, ערליך און הייליג. עלטערן דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - א תפלה ביים אפשיידן חלה
תפילות אויף אידיש, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ, עֶס זָאל זַיין דֶער וִוילְן פוּן דִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִין דִי זְכוּת פוּן דִי הֵיילִיגֶע מִצְוָה פוּן אָפְּשֵׁיידְן חַלָּה - זָאל פַארְרָאכְטְן וֶוערְן דִי פְּגַם פוּן חַוָּה, וָואס הָאט אִיבֶּערְגֶערֶעדְט אָדָם הָרִאשׁוֹן צוּ גֵיין קֶעגְן דִי וִוילְן פוּן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן מִיט דֶעם הָאט זִי גוֹרֵם גֶעוֶוען עֶס זָאל זַיין שְׁטַארְבְּן אוֹיף דִי וֶועלְט; דֶערִיבֶּער זָאל דִי זְכוּת פוּן אָפְּשֵׁיידְן חַלָּה בְּרֶענְגֶען דִי גְּאוּלָה, וָואס דַאן וֶועט מֶער נִישְׁט זַיין דִי זַאךְ פוּן שְׁטַארְבְּן, אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (יְשַׁעְיָה כה, ח): "בִּלַּע הַמָּוֶת לָנֶצַח".


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר, בִּזְכוּת וָואס אִיךְ שֵׁייד אָפּ חַלָּה זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ עֶרְלִיכֶע דוֹרוֹת אוּן אִיךְ זָאל הָאבְּן מַיינֶע קִינְדֶער בְּנָקֵל וּבְנַחַת. מַיינֶע קִינְדֶער אוּן אֵיינִיקְלֶעךְ זָאלְן זַיין עֶרְלִיכֶע אִידְן, זֵיי זָאלְן גֵיין אִין דִי תּוֹרָה וֶועג, זֵיי זָאלְן אַלֶע לֶעבְּן מִיט אֱמוּנָה, אֱמוּנַת חֲכָמִים אוּן אַהֲבַת הַבּוֹרֵא בָּרוּךְ הוּא.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, לֵייז אוּנְז שׁוֹין אוֹיס פוּן דֶעם בִּיטֶערְן גָלוּת; מִיר זֶענֶען אִין אַזַא שְׁוֶוערֶע צַייט, מִיר זֶענֶען אַ בִּיטֶערֶע רַחְמָנוּת, כִּי אַתָּה הוּא בַּעַל הָרַחֲמִים, דוּ בִּיסְט דֶער רַחְמָנוּת'דִיגֶער טַאטֶע, בַּאוַוייז זִיךְ שׁוֹין צוּ אוּנְז אוּן שִׁיק שׁוֹין מָשִׁיחַ צִדְקֵינוּ זָאל אוּנְז אוֹיסְלֵייזְן בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ אָמֵן.


 

#2 - דער אייבערשטער ווארט צו הערן די תפילות פון די אידישע פרויען ביי ליכט צינדן
תפילות אויף אידיש, שלום בית, שבת קודש, ליכט צינדן, תפילות פון פרויען, שבת תשובה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו ב' - תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד מרת ... תחי'.


די שבת איז זייער א גרויסע שבת, עס איז די ערשטע שבת פונעם נייעם יאר; דעם שבת רופט מען 'שבת תשובה' ווייל אלע טוען יעצט תשובה, מען גייט אוועק פון די אלטע וועג און מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט אויפנעמען דעם שבת מיט א שמחה, מיט א שטארקע פרייליכקייט; עס זאל אייך גארנישט אנגיין. לאזט נישט אריין די נישט גוטע אין שטוב, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", די נישט גוטע קומען דארט וואו מען קריגט זיך; לאזט נישט אריין דעם שטן אין שטוב, זייט מותר, זייט מוחל, זייט ווייעך - בפרט צו אייער מאן, וועט דער אייבערשטער קומען אין שטוב, עס וועט זיין א פלאץ פאר השראת השכינה.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט פונעם נייעם יאר זאלט איר בעטן ביי די ליכט פאר אייך, פאר אייערע דורות און פאר אלע אידן. פרויען ווייסן נישט און טראכטן נישט וואס פאר א כח זיי האבן; ווען זיי צינדן אן די ליכט צינדן זיך אן אלע הימלען און דער אייבערשטער שטייט און ווארט צו הערן די תפילות זייערע.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן און איר זאלט צולייגן צו דעם תפילה אייערע אייגענע תפילות:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז דִי נֵייעֶ יָאר זָאל זַיין אַ גֶעזוּנְטֶע יָאר, אַ גְלִיקְלִיכֶע יָאר; אַ יָאר פוּן שִׂמְחָה, אַ יָאר פוּן יְשׁוּעוֹת, אַ יָאר וָואס מִיר וֶועלְן אוֹיסְגֶעלֵייזְט וֶוערְן - יֶעדֶער אֵיינֶער פוּן זַיין פְּרִיוַואטֶע צָרוֹת אוּן אַלֶע אִידְן אִינְאֵיינֶעם וֶועלְן אוֹיסְגֶעלֵייזְט וֶוערְן בִּכְּלָלִיּוֹת. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר עֶס זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם אִין אוּנְזֶער שְׁטוּבּ, הֶעלְף אוּנְז מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן, מִיר זָאלְן אוֹיפְצִיעֶן דִי קִינְדֶער זָאלְן זַיין עֶרְלִיכֶע אִידְן"; אזוי זאלט איר צולייגן אייערע אייגענע תפילות.


א פרייליכן שבת.


א גמר חתימה טובה.

#1 - א גוטע קבלה אז די מענער און קינדער זאלן אנקומען אויף אומאן
אומאן, קבלה טובה, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא


 לכבוד אלע טייערע נשים צדקניות תלמידות היכל הקודש שתחיו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט ווייטער מתפלל זיין אז אונזערע מענער און קינדער זאלן אנקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון קיין אומאן אויף ראש השנה.


יעדער פון אייך זאלן זיך מקבל זיין גוטע זאכן, אפילו קלייניקייטן; נישט מיט א תנאי, נאר זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך נעם זיך פאר די און די גוטע זאך לזכות אז מיין מאן און מיינע קינדער זאלן אנקומען צום רבי'ן אין אומאן אויף די יאר ראש השנה".


געדענקטס, ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך.