בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - משמש זיין א צדיק ברענגט נאר גוטס פאר זיך און פאר די דורות הבאים
קינדער, התחזקות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע ליבע טייערע ... שיחיו


זארגט נישט, דער אייבערשטער וועט אייך בענטשן מיט זרע של קיימא. ווארפט ארויס פון שטוב די דאגות, עצבות ומרה שחורה, ברענגט אריין שמחה, תקוה, אמונה; וועט איר זען ניסים.


ביידע פון אייך זאלן ווייטער העלפן דעם רבי'ן מיט ענקער הייליגע ארבעט; משמש זיין א צדיק ברענגט נאר גוטס פאר זיך און פאר די דורות הבאים.