בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א מתנה פאר'ן אנטייל נעמען אינעם נייעם בנין פאר'ן בית הדפוס
צדקה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך געב דיר א מתנה דעם ספר לקוטי מוהר"ן פאר אן אות אז דו האסט אנטייל גענומען אינעם קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן בית הדפוס אין קרית ברסלב ליבערטי, וואו מיר דרוקן וועכנטליך טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות.


אויך געפונען זיך דארט די אפיסעס פאר אלע אקטיוויטעטן פון הדפסה והפצה אן-ליין, ווי צענדליגער טויזנטער ווערן מחוזק מיט'ן רבינ'ס עצות.


א כתיבה וחתימה טובה.