בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
נאר אז דו האסט ליב דיין בחור – מעגסטו אים מוסר'ן, אבער איך בין דיר חושד אז א פיינטשאפט און א כעס איז אריין אין דיר אויף אים, דו הערסט נישט אויף אים זאגן מוסר וכו', און דאס העלפט נישט, ווייל עס פעלט ליבשאפט.
בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר אלע דיינע קינדער, בעט פאר יעדן קינד באזונדער; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיי אלע ליבן, דו זאלסט זען דאס גוטס ביי זיי, און בעט זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, ווייל דאס איז די איינציגסטע עצה; מען קען זיין דער גרעסטער חכם, דער גרעסטער בעל מחנך, און מיט די אייגענע קינדער קען מען זיך נישט קיין עצה געבן; דערפאר זאלסטו גיין יעדן אינדערפרי א שפאציר, זיך מתבודד זיין מיטן אייבערשטן, געב אוועק אפאר מינוט פון די התבודדות נאר פאר דיינע קינדער, וועסטו זוכה זיין צו זען נחת ביי זיי אלע.