בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נאר מיט'ן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, איז מען א ברסלב'ער חסיד
חסידות ברסלב, תכלית, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ג', ב' דחול המועד סוכות, י"ח תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז דעם הייליגן רבינ'ס יארצייט. געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז אזויפיל מאל געזאגט, מען קען נישט זיין קיין ברסלב'ער חסיד - נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל קענען מקיים זיין וואס דער רבי פארלאנגט פון אונז.


טייערער ברודער, לערן יעדן טאג אביסל פון רבינ'ס ספרים, לקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן; נאר אזוי קען מען האבן שייכות מיט'ן רבי'ן. סתם זיך דרייען אין ברסלב - מיט דעם האט מען נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן, מיט דעם איז מען נאכנישט קיין ברסלב'ער חסיד, מען מוז לערנען די ספרים, נאר אזוי האט מען א שייכות מיטן רבי'ן. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק - געפינט זיך אין זיינע ספרים.


מוהרא"ש דערציילט, רבי נחמן טולטשינער האט אמאל געכאפט א היטש מיט א איד יוסל פאראנטשיק, דער יוסל זאגט פאר רבי נחמן טולטשינער: "איך האב געקענט דעם רבי'ן", רבי נחמן איז געווארן זייער פרייליך און ער האט אים אביסל מקנא געווען, איז ער געקומען צו רבי נתן און אים געזאגט אז ער האט געטראפן איינעם יוסל פאראנטשיק וואס האט געקענט דעם רבי'ן, זאגט אים רבי נתן: "יוסל פאראנטשיק האט נישט געקענט דעם רבי'ן, ער האט נאר געזען דעם רבי'ן, אבער דו קענסט דעם רבי'ן, ווייל דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן"; דער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן - דער קען דעם רבי'ן, דער איז א ברסלב'ער חסיד; אבער אז מען לערנט נישט די ספרים - האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


יעצט ווען מיר זיצן אין די שאטן פון באשעפער, אין די הייליגע סוכה - זאלסטו זיך בארעכענען 'וואס טו איך אויף דער וועלט, און וואו בין איך אין דער וועלט?' דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן", אז א יאר איז אריבער און מען האט נישט געלערנט חמשה חומשי תורה - דאס הייסט גע'נארט, אז די יאר איז אריבער און מען האט נישט געדאווענט יעדן טאג שחרית מנחה מעריב מיט מנין, מען האט נישט געליינט קריאת שמע, נישט געזאגט תיקון חצות, נישט גערעדט יעדן טאג דיבורים צום אייבערשטן - דאס הייסט גענארט. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בתחלת ספר עלים לתרופה): "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


א גוט קוויטל.