בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נאר מיט שמחה וועט איר באפרייט ווערן פון די שלעכטע רוחות
פחדים, שמחה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


צינדט אן מוזיק און טאנצט; גייט א טענצל און זייט בשמחה אז איר האט געזונטע קינדער, איר זענט געזונט און אייער מאן איז געזונט; נאר מיט שמחה וועט איר באפרייט ווערן פון די שלעכטע רוחות.


שמחה פארטרייבט דעם שטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.