בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ניגונים פונעם רבינ'ס תורות
הפצה, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


חיים מאיר ערפס נרו יאיר, בארא פארק


איך האב גערעדט צו אשר יענקל נרו יאיר, דער מנהל פון אונזער "קרן הדפסה", ער זאגט מיר אז ער האט גרייט די גאנצע געלט פאר די נייע סידי, איך האף דו וועסט זיך נישט פארזוימען, נאר וואס שנעלער דאס ענדיגן און ארויסגעבן. ווייל די ניגונים זענען מחי' אזויפיל מענטשן, עס בלאזט אריין אין זיי אמונה, שמחה און האפענונג.


עס קומען ארויס אזויפיל סידיס, אבער עס איז גאר אנדערש די ניגונים וואס זינגען דעם רבינ'ס תורות. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "ווען די וועלט וועט הערן מיינע תורות מיט א ניגון און א טאנץ, וואלטן אלע אויסגעגאנגען פון בענקעניש צום אייבערשטן"; די גאנצע וועלט וואלט בטל געווארן צום באשעפער, וואס דאס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, מיט זינגען נאר ניגוני אמונה, ניגונים פון האפענונג, וואס איז מחי' ומשיב את הנפש, וואס היילט די בת מלך.


"כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו" (אבות ה, יח), ווער עס איז מזכה א צווייטן איד וועט ער זוכה זיין נישט צו קומען צו עבירות; דאס זענען די מפיצים וואס טוען פארן רבים, זיי מחזק זיין און מוטיגן, אלע זאלן וויסן פון רבינ'ס עצות, אלע זאלן וויסן פון תפילה והתבודדות, אלע זאלן וויסן פונעם זיסן "דרך הלימוד" (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אלעס זאלן וויסן אז נאר אז מען איז מכבד די ווייב, מען רעדט שיין מיט דרך ארץ צו איר – רוט די שכינה אין שטוב, און מען איז זוכה צו גוטע קינדער.


איך ווארט שוין אנצוהייבן נאך א סידי מיט דיר...