בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט אויפהויבן די פרייזן אין קרית ברסלב
שטעטל, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו העלפסט מיר אויפשטעלן א שטעטל על שם רבינו; א פלאץ וואו מיר וועלן לעבן מיט די עצות פון רבי'ן און מיר וועלן קענען ערציען אונזערע קינדער אויף דעם וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


איך וויל דיר בעטן א פערזענליכע טובה, זאלסט איבערגעבן פאר אלע וואס ווילן קויפן אדער דינגען א הויז אינעם שטעטל אז דאס קען מען נישט טון אליינס, מען מוז זיך ווענדן צום "ועד הקריה" און נאר דורך זיי קען מען קויפן אדער דינגען. ווער עס וויל גיין אליינס וכו' וועט נישט האבן א מקום ביי אונז אין מוסד.


עס זענען דא יחידים וואס זוכן נאר צו מאכן געלט, זיי קויפן פאר אינוועסטמענט וכו' און דורכדעם הייבן זיי די פרייז פונעם געגנט, דעריבער מוז איך שטיין אויף דעם און נישט לאזן אז די פרייזן זאלן זיך הייבן.


געדענק, דער בעל תפלה האט געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה יב) אז פון אלע תאוות קען מען ארויסנעמען דעם מענטש, נאר נישט פון תאוות ממון; מיר זענען פון די אנשי בעל תפלה און אונזער הצלחה איז נאר ווילאנג אונזער קאפ ליגט נישט אין תאות ממון.


דו געדענקסט דאך אוודאי ווי מוהרא"ש פלעגט זיך בארימען ביי די שיעורים, ער פלעגט אויפהייבן זיינע הייליגע צען פינגערס און זאגן מיט א שטארקייט: "איך בין ריין פון תאוות ממון", "איך וועל אוועק גיין פון די וועלט אן האבן גענומען א פרוטה פון א צווייטן"; איך קען נישט זאגן אזעלכע ווערטער, אבער איך קען זאגן אז איך ליג נישט אין תאות ממון און מען קען מיר נישט אונטערקויפן מיט געלט.


איך וויל נישט, און איך וועל שטיין אויף דעם אז מען זאל נישט אויפהייבן די פרייזן כדי אז יונגעלייט זאלן קענען לעבן מיט שלוות הנפש, מען זאל האבן גרויסע דירות פאר ביליג וואס מען זאל קענען דעקן די הוצאות.


איך האף אז דו וועסט טון מיין ווילן און דו וועסט דאס איבערגעבן פאר אלע וואס ווילן זיך ארויסצוען, זיי זאלן נישט דינגען א דירה פאר זיי רעדן צום "ועד הקריה", וואס זאלן זאגן צי די פרייז פון די רענט איז נארמאל אדער איבערגעטריבן.


דו קענסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע וואס ווילן זיך דארט באזעצן.


בעפאר דו הייבסט אן דיין טאג זאלסטו גיין א שפאציר פאר אפאר מינוט רעדן צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע וואונדער.