בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט איבערמאכן די כתובה
חינוך הילדים, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס איך האב גערעדט מיט דיר און דיין ווייב, ווי אזוי איר זאלט זיך באגיין מיט אייער קינד. אויב דו וועסט פאלגן וועסטו האבן נחת פון אלע דיינע קינדער.


האסט מיר פארציילט אז דיין משפחה מוטשעט דיר זאלסט גיין צו איינער וואס ליינט כתובות וכו', ער קען זען אויף די כתובה זאכן וואס טוט זיך אין שטוב און זאכן וואס גייט געשען; איך ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען, ווי וואגט זיך א מענטש צו מאכן ליצנות פון צעבראכענע אידישע הערצער, ווי שעמט זיך נישט א חסיד'ישער איד צו טרייבן שפאס פון אידישע קינדער וואס מוטשען זיך - יעדער מיט זיינע צרות, מען קומט דיר זאגן בשמו אז ער זעט אויף דיר עשירות וכו' נאר קודם דארפסטו איבער מאכן דיין כתובה; ברודער אנטלויף פון דעם מענטש.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ירושלמי סנהדרין, פרק ב', הלכה ו'; בבלי גיטין סח.) אז ווען שלמה המלך האט געוואלט בויען דעם בית המקדש האט ער געזוכט דעם ווארים "שמיר" וואס קען שניידן שטיינער, ער האט געשיקט זיין גענעראל בניהו בן יהוידע ער זאל כאפן "אשמדאי" דער קעניג פון די שדים, ווייל ער ווייסט וואו עס געפונט זיך דער ווארים "שמיר", בניהו האט אים געכאפט און געברענגט צו שלמה המלך. אויפן וועג זענען זיי אריבער געגאנגען א הויז פון א כישוף מאכער, אסאך מענטשן זענען געקומען צו אים ער זאל זיי זאגן וואס גייט זיין וכו', האט אשמדאי זייער שטארק געלאכט, שפעטער האט אים בניהו געפרעגט: "וואס האסטו געלאכט ווען מיר זענען פארביי געגענגען דעם מענטש וואס האט געזאגט פאר מענטשן וואס גייט זיין וכו'?" האט אים אשמדאי געזאגט: "אונטער דעם מענטש געפונט זיך א גרויסער אוצר, אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך אונטער אים, ווי אזוי קען ער זאגן וואס גייט זיין..." דאס זעלבע זאג איך דיר: "די אלע וואס מאכן ליצנות פון צעבראכענע אידישע הערצער, איינער ליינט הענט, איינער ליינט דעם פנים, איינער ליינט שריפט, איינער ליינט כתובות - די קענען זיך אליינס נישט העלפן, נו ווי אזוי קענען זיי זאגן וואס גייט זיין..."


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סא): "יֵשׁ מַנְהִיגִים שֶׁנִּקְרָאִים בְּשֵׁם רַבִּי, וְלֹא דַּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִילּוּ לְהַנְהִיג אֶת עַצְמָן, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְהַנְהִיג אֶת אֲחֵרִים", עס זענען דא פירער'ס וואס רופן זיך רבי'ס, נישט נאר וואס זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן, איז דאך זיכער אז זיי קענען נישט העלפן א צווייטן.


איך בעט דיר, אנטלויף פון דעם משוגענעם; ווי קען ער דיר זאגן אז די כתובות פון הרה"צ דומ"ץ ... שליט"א איז פסול?! נעבעך אויף אידישע קינדער אז מען גלייבט יעדן נאר, יעדער טיפוש - וואס קומט מיט זיינע דמיונות מאכן געלט אויף אידישע צרות.


געדענק וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען שוין נישט פארנארן" - אזוי אויך האט דער רבי געזאגט – "ווער עס האט מיר טועם געווען אים קען מען מער נישט פארדרייען דעם קאפ"; ברוך השם אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס ער לערנט אונז אויס צו גלייבן אינעם אייבערשטן, ער שטופט אונז צום אייבערשטן מיר זאלן שטענדיג גיין צו אים אליין, און אים בעטן אלעס וואס מיר דארפן.


אויב מען דארף פרעגן אן עצה וכו' גייט מען נאר צו אן ערליכע איד, איינער וואס איז מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות עצה, סימן א): "אַל תִּשְׁאַל עֵצָה אֶלָּא מִמִּי שֶׁיּוֹדֵעַ סִתְרֵי תּוֹרָה", זאלסט נישט נעמען קיין עצה נאר פון איינער וואס ווייסט די סודות פון די תורה; דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת יתרו, פז:): "די גאנצע תורה איז שמות פונעם אייבערשטן"; אין יעדע ווארט תורה איז באהאלטן דער אייבערשטער. איינער וואס ווייסט סתרי תורה, דער קען געבן עצות, די אלע וואס רעדן פון אלעס נאר נישט פונעם אייבערשטן, די אלע ווייסן נישט וואס טוט זיך אונטער זיי, ווי קענען זיי העלפן א צווייטן?!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.