בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי
זע צו האבן גוטע חברים וואס האבן תמימות און א געפיל אין רבי'ן, מען דארף אויף דעם זייער אכטונג געבן, ווייל אין דעם איז אלעס אנגעהאנגען, (אין דעם איז אויך נכלל די קליפס, פאדקעסטס, טאלק שאוס, וואס מען הערט אויס), מען דארף מתפלל זיין צום אייבערשטן מען זאל האבן גוטע חברים.
יעצט איז ארויסגעקומען די ספר ימי מוהרא"ש איך זע דארט הערליכע זאכן, איך זע דארט א נייע זאך (אות רפה), אז דער הייליגער חוזה פון לובלין זכותו יגן עלינו האט געהאט א תלמיד וואס יעדע מאל ער איז אהיים געפארן פון זיין רבי האט ער געזאגט תפילת הדרך אז דער אייבערשטער זאל אים היטן אויפן וועג אז עס זאל נישט זיצן נעבן אים איינער וואס וועט אים אפקילן פון אמונת חכמים פון זיין רבי.
ובעניין וכו'; אדרבה, אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט), וועלכע פרוי איז אן אשה כשרה? "העושה רצון בעלה", די פרוי וואס טוט דעם מאן'ס ווילן וכו', ווען זי פאר זיך דארף נישט וכו' – דאך טוט זי דעם מאן'ס ווילן; איך פארשטיי נישט פארוואס דו דארפסט איר שלעפן צו קלעסעס וכו', זי איז דאך גרייט צו טון דיין ווילן אז דו זאלסט קענען לעבן און זיין אפגעהיטן וכו', איז וואס פעלט דיר? וואלט זי זיך אפגעשיידט השם ישמרינו, דאס איז א צרה, אבער אז זי איז גרייט פאר דיר, דארפסטו נאר לערנען און דאווענען און טון מצוות.