בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר וזוגתו תחי', מאנסי
איך בין זייער צופרידן פון וואס ענק האבן מיר געגעבן פאר שדכנות, ענק זאגן מיר צו אז ענק גייען נישט אריינברענגען אין שטוב קיין אינטערנעט; איך בין זייער פרייליך מיט די קבלה, מער פון דעם דארף איך נישט, דאס איז דאך מיין גאנצע ציל ביים מאכן שידוכים, אוועק שטעלן שיינע שטיבער פארן אייבערשטן, שטיבער וואו מען וועט לעבן – מאן און ווייב – בשלום, מיט ליבשאפט, און דאס קען נאר זיין מיטן אייבערשטן און מיט די תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ט, ח): "אִי אֶפְשַׁר לְאִישׁ בְּלֹא אִשָׁה", א מאן קען נישט זיין אן די ווייב, "וְאִי אֶפְשַׁר לְאִשָּׁה בְּלֹא אִישׁ", און די ווייב קען נישט זיין אן דעם מאן, "אִי אֶפְשַׁר לִשְׁנֵיהֶן בְּלֹא שְׁכִינָה", און ביידע קענען נישט אנעם אייבערשטן; און די טעלעפאן, טעבלעט, לעפטאפ וכו', מיט אינטערנעט – טרייבט ארויס די שכינה פון שטוב, און די שלום בית צעפאלט.
נאך משפחות האבן מיר דאס צוגעזאגט פאר שדכנות און אויך האט מען פון מיר ארויסגענארט צו זיין מסדר קידושין און טאנצן מצוה טאנץ, (איך טו דאס מער נישט, נאר אז איך קען פועל'ן א צוזאג אז אין שטוב וועט נישט זיין די עבודה זרה), און נאכדעם האבן זיי נישט מקיים געווען זייער צוזאג; איך האף ביי ענק וועט דאס יא בלייבן א קבלה, א צוזאג וועט זיין א צוזאג; וועט זיין וואס די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי שביעית י, ד): "כל המקיים את דברו רוח חכמים נוחה הימנו".