בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט אריינלייגן בילדער פון מוהרא"ש אין קונטרסים
מוהרא"ש, עצתו אמונה, בילדער, קונטרסים, עי איי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


יואל מנחם גרשון נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון מזכה זיין נשמות ישראל מיט די וועכנטליכע קונטרסים פון עצתו אמונה, חיזוק און שכל ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן און זיך קענען דערהאלטן מיט אלע שוועריקייטן.


איך בין נישט צופרידן אז דו האסט אריינגעלייגט אין די קונטרסים פון עצתו אמונה א בילד פון מוהרא"ש, דו ווייסט אז ביי אסאך חסידי'שע קרייזן איז מען מקפיד אויף בילדער; און אז מען טיילט אויס די קונטרסים, און אז מען לייגט א בילד אין די קונטרסים - קען דאס גורם זיין אז ביי די חסידי'שע מקומות זאל מען נישט נעמען די קונטרסים.


ברענג נישט קיין ראי' וואס מוהרא"ש האט געטון מיט די קונטרסים אין ארץ ישראל, מוהרא"ש האט געזוכט צו מקרב זיין די טייערע ספרדי'שע אידן, וואס ביי זיי גייט אלעס מיט בילדער כידוע. פאר מוהרא"ש איז געגאנגען אין לעבן צוריק צו ברענגען די מיליאנען טייערע ספרדי'שע אידן, וואס די עירוב רב האבן זיי אוועקגעריסן פון די הייליגע תורה, האט מוהרא"ש פאר זיי געדרוקט ספעציעלע ספרים און קונטרסים מיט בילדער, אבער די קונטרסים פון עצתו אמונה, וואס מען פארשפרייט ביי די היימישע עולם, די מפיצים פארשפרייטן דאס אין כוללים און ישיבות, און זיי זאגן עדות אז די אינגעלייט און די בחורים זענען זייער ווארעם פאר די ספרים, זיי נעמען חיזוק און הדרכה פון דעם, איז א שאד אז מען זאל לייגן א בילד און גורם זיין אז מען זאל דאס אנקוקן מיט א בליק אז דאס איז נישט קיין היימישע קונטרסים.


אויך זאלסטו איבערגעבן פארן מנהל פון קרן הדפסה, אשר יעקב נרו יאיר, אז איך בין נישט צופרידן פון די נייע בילדער וואס ער לייגט ביי די קונטרסים פון אינעווייניג, די ערשטע זייט פונעם ספר, א בילד פון רבינ'ס ציון. די בילד איז נישט קיין עכטע בילד, דאס איז א געפאטשקעטע בילד פון עי איי מיט פארדרייטע אותיות; איז שוין בעסער די אלטע בילד פון רבינ'ס ציון ביים ערשטן זייט פונעם קונטרס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.