בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - חס ושלום צו פרעגן פראגעס פון עי איי
קדושה, חינוך הילדים, מורה דרך, עי איי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע שאלה וואס דו האסט - פרעג דעם דיין; חברים זענען נישט אויף וועם מען קוקט ווי אזוי זיך צו פירן. אז מען איז נישט זיכער ווי אזוי זיך צו פירן - קוקט מען נישט אויפן חבר וכו', און זיכער נישט עי איי; א פחד און א שרעק אז טייערע ערליכע אינגעלייט באניצן זיך מיט דעם. חס ושלום צו פרעגן פראגעס פון עי איי, מען קען חס ושלום פארלירן די אמונה, מען קען פארפאלן ווערן רחמנא לצלן.


רעד צו דיינע קינדער זיי זאלן זיך היטן פון דעם, זאג פאר דיינע קינדער זיי זאלן נישט נעמען קיין שום נאמבער פון א חבר, פון א צווייטן; ווייל מען קען פארלירן די אמונה, מען קען אריינפאלן אין מינות וכפירה השם ישמרינו, א איד פרעגט אלעס א רב, א דיין, אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו רעדן צו דיינע קינדער פון קדושה וטהרה, רעד צו זיי פון קדושת הברית, אז מען טאר נישט אנרירן אות ברית קודש. אויך פון זיך אכטונג געבן פון אנדערע, אויב איינער וויל אנרירן אדער ער הייסט אים אנרירן - זאל ער אוועק גיין און אוועק לויפן, און אז ער קען נישט אנטלויפן זאל ער שרייען: "ראטעוועט!" און מען זאל דערציילן פאר די עלטערן און פאר די מלמד אדער טיטשער.


איך ווייס אז עס איז נישט באקוועם צו רעדן פון דעם, עס איז גרינגער נישט צו רעדן, אבער מען מוז רעדן, מען מוז אנגרייטן די קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, די דור איז פול מיט מופקרים און מען מוז היטן די קינדער זיי זאלן וואקסן ערליך און הייליג.


מען דארף אכטונג געבן וואס מען רעדט, נישט רעדן איבריגע רייד, מען דארף רעדן פשוט'ע וועטער, אז דער אייבערשטער לאזט נישט אנרירן, מען דארף זיין הייליג, מען דארף זיין אפגעהיטן, און ווען די קינדער זענען שוין עלטער, מיט דעת - קען מען צולייגן אז אלע צרות ויסורים ליידט מען אויב מען היט זיך נישט אפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - נאר רעדן מיט אים, דאס איז די עצה
חינוך הילדים, מורה דרך, עי איי

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


דו פרעגסט וואס דו זאלסט טון, דו האסט געפונען אויף דיין זון'ס טעלעפאן נומערן פון עי-איי, דו פרעגסט אויב עס איז ריכטיג אוועק צו נעמען זיין טעלעפאן.


ריכטיג איז אז ענק זאלן רעדן מיט אים פון דאס שעדליכקייט פון רופן די נומערן און פרעגן שאלות, אים מחזק זיין זיך אפצוהיטן פון די פרייע אפיקורסי'שע לעבן; ווייל אוועקנעמען די טעלעפאן פון א בחור איז נישט קיין עצה, סיי ווייל ער קען ווייטער האבן צוטריט צו א טעלעפאן, אויך וואס וועט זיין נאך זיין חתונה... דאס איז נישט די עצה, נאר רעדן מיט אים, דאס איז די עצה.


אויך זאלן ענק רעדן צו אים פון דאס וויכטיגקייט פון האבן א וועג-ווייזער אין לעבן, יעדע זאך פרעגן, יעדע זאך, אפילו מען ווערט פארשעמט פון פרעגן איז ריכטיג צו פרעגן, ווייל נאר אזוי קען מען זיין זיכער אז מען פארקריכט נישט. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קמג): "מעלת המקבל עצה מחכמי הדור, כי הוא המתקת הדינים", אז מען פרעגט אן עצה ביי די חכמי הדור ווערט אלעס זיס, און אזוי איז אלעס על פי משפט מלמעלה, עיין שם.


אויך זאלן די עלטערן יעדן טאג גיין אביסל התבודדות און בעטן פאר אלע קינדער באזונדער מיט זייערע נעמען.

#1 - עי איי, איז סכנת נפשות
עצתו אמונה, מורה דרך, שובבי"ם, עי איי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ניץ נישט די נייע טעכנעלאגיע פון עי איי, עס איז סכנת נפשות. פרעג נישט דיינע שאלות פון עי איי, איך ציטער וואס וועט זיין די ענדע, מען קען אראפפאלן אין מינות וכפירה רחמנא לצלן, מען קען אלעס פארלירן.


איינער זאגט מיר ער האט נישט קיין אנדערער וואס זאל אים ענטפערן זיינע ספיקות און שאלות, דער ראש ישיבה ענטפערט נישט, פרעגט ער עי איי; איך האב אים געזאגט ער זאל זיך אכטונג געבן און וויסן אז דאס איז פאר א ווערטל אויך נישט גוט, "כִּי רַבִּים חֲלָלִים הִפִּילָה, וַעֲצֻמִים כָּל הֲרֻגֶיהָ" (משלי ז, כו), ווייל אסאך זענען צוליב איר צעשלאגן געווארן און אסאך האט זי גע'הרג'עט.


אז דו וועסט זיך צו הערן צו די שיעורים און דו וועסט לערנען די וועכנטליכע ספר עצתו אמונה - וועסטו זיך קענען אן עצה געבן מיט דיר אליין, מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער; וועסט האבן אזויפיל חיזוק אויף לערנען און דאווענען און שלום בית, און פארשטייט זיך אז דו וועסט פאלגן וואס מען רעדט ביי די שיעורים; דו וועסט זיך מאכן שיעורים אין לערנען מקרא, משנה, גמרא, הלכה, מדרש, וספרי רבינו, און דו וועסט גיין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און אהיים גיין צו דיין ווייב, רעדן שיין און איר העלפן מיט די קינדער - וועסטו זיך גאר שיין אן עצה געבן אין לעבן.


איך בעט דיר טייערער ברודער, הארציגער חבר, ניץ נישט די שעדליכע עפפ, פרעג נישט דיינע שאלות אפילו פאר זיך אונטערהאלטן, "כִּי נֹפֶת תִּטֹּפְנָה שִׂפְתֵי זָרָה" ווייל עס זעט אויס זיס די ווערטער פון אפיקורסות, עס ציט זייער שטארק, "וְחָלָק מִשֶּׁמֶן חִכָּהּ", עס איז אזוי געשמאק ווי גלאטע אויל, "וְאַחֲרִיתָהּ מָרָה כַלַּעֲנָה" אבער איר סוף איז זייער ביטער (שם ה, ג-ד); אזוי אויך זאלסטו נישט אהיים ברענגען דיין טעלעפאן, און אויך נישט אהיים ברענגען קיין שום כלי וואס מען קען קוקן אין דעם נייעס, קליפס, וכדומה; האלט דיין שטוב ריין.


אויך אין ארבעט, אין אפיס - זאלסטו זיך אכטונג געבן צו האבן א פילטער אויף אלעס וואס דו ניצט, ריר נישט אן קיין כלי אן קיין פילטער, דאס איז די בעסטע תיקון שובבי"ם, זיך מקבל זיין צו האבן ריינע אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.