בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט גערעכט
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


דער מנהל האט מיר דערציילט אז ענקער זון ... נרו יאיר, לעצטנס זעט מען אים אסאך מאל שלאגן אנדערע קינדער, שטופן, שטויסן און אראפווארפן. נעכטן האט דער מנהל אים נאכאמאל געזען שלאגן, האט ער אים צוגערופן און געגעבן א פאטש, און געזאגט שטארק אז מען טאר נישט שלאגן אנדערע קינדער. שפעטער באקומט ער א טעלעפאן פון דיר, און מען האט גערעדט און זיך פארשטאנען, דערנאך האסטו אים נאכאמאל גערופן און געזאגט אז דיין ווייב איז אויפן ליין און וויל רעדן מיט אים. זי האט גערעדט זייער נישט שיין, מיט א מורא'דיגע זלזול און שפעט, געשריגן און געזידלט, זי האט גערעדט צו אים ווי מען רעדט צו דער גרעסטער פארברעכער אין לאנד, אויף זייער א מיאוס'ע וועג, דער מנהל איז ממש אויסער זיך פון דעם, ער איז אזויפיל משקיע אין אייער קינד; סיי ער און סיי די מלמדים, מען לייגט אריין אין אים אן א שיעור כוחות, און איר האט נאך קיינמאל נישט גערופן זיך באדאנקען, יעצט איז די ערשטע מאל וואס איר רופט און שפייט אין פנים. דער מנהל שרייבט מיר "איך בין גלייך געפארן אין פעלד אויסגיסן מיין הארץ צום אייבערשטן, אבער נאכאלץ קען איך זיך נישט אפכאפן פון דעם, כפיות טובה עד היכן?"


איך פארלאנג ענק זאלן אים איבערבעטן און מיט ארבעטן מיט אים, ער איז מיין שליח, ער איז מיין פארטרעטער, איך האלט מיט יעדע ריר אין חדר; ווייל נאר אז מען וועט מיט ארבעטן מיט די מנהל און מלמדים וועלן ענק קענען ווייטער ממשיך זיין שיקן ביי אונז אין די מוסד.