בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט זיך לאזן צורעדן צו גט
טעלעפאן, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די עלטערן רעדן איר צו זי זאל זיך גט'ן צוליב דעם וואס דער מאן האט א סמארטפאון, זיי זענען נישט גערעכט; וואס קען מען טון, זיי ווילן נישט הערן וואס איך זאג, אויך זי וויל נישט הערן וואס איך האב צו זאגן; מוהרא"ש האט דאס געזאגט, און געשריבן פון דעם אזוי סאך בריוון, אז רוב רובם גיטין זענען צוליב די עלטערן וואס מישן זיך אריין.


איך שיק דיר א בריוו וואס דו זאלסט איבער געבן פאר די ווייבל.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


...


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך הער זאגן אז איר זענט אוועק געגאנגען פון אייער מאן, אייערע עלטערן העצן אייך אויף איר זאלט אים אפלאזן.


איך האלט אז דאס איז א נארישקייט, מען גייט נישט אוועק פון א מאן צוליב דעם וואס ער האט א סמארט טעלעפאן, און אז אייערע עלטערן העצן אייך אויף, אז דער וואס האט א סמארטפאון איז אזוי ווי מען האט נאך א ווייב וכו' - דאס איז נישט אויף זיך צו גט'ן. זאלט איר זיי זאגן מיט כבוד און מיט דרך ארץ: "טייערע עלטערן, אויב מען רעדט צו מיר קעגן מיין מאן קען איך מער נישט רעדן מיט ענק".


איר האט א טייערע מאן, ער האט א גוטע הארץ, א גוטע נאטור, זעלטן צו טרעפן א מענטש מיט אזא גוטע נאטור, א שאד צו צעברעכן די משפחה.


...