בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט זיך קריגן מיט די ווייב
שלום בית, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


עס איז נישט כדאי זיך צו קריגן אין שטוב מיט די ווייב וועגן די מוסדות, אז דיין ווייב וויל נישט אריין שיקן אין סקול זאלסטו זיך נישט קריגן ווייל עס איז נישט גוט זיך צו קריגן, קיינמאל זאלסטו נישט אריין גיין אין וויכוחים מיט איר בכלל און בפרט וועגן ברסלב.


די אלע וואס זענען געגאנגען מיט כח און געוואלד האבן נישט מצליח געווען, ווידעראום די אלע וואס האבן געהאט סבלנות, זיי האבן אסאך געבעטן דעם אייבעשטן אויף די ווייב און קינדער זיי זאלן אלע האבן א חיות און געפיל צום רבי'ן, די האבן ביים סוף געזען גרויסע נסים, עס האט זיך אלעס איבערגעדרייט, די ווייב און קינדער זענען געווארן פלאם פייערדיגע חסידות'טעס.


איך בין ברור אז אויב דו וועסטו זיך פירן אין שטוב צו איר און צו אנדערע אויף די וועג וואס איך האב דיר געלערנט אין ישיבה וואלט זי זיכער געטון דיין ווילן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): אויפן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂהּ לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זָכָה – אז מען איז זוכה, מען פירט זיך מיט יראת שמים, דעמאלט - עוֹזַרְתּוֹ, איז די ווייב א העלפער פאר'ן מאן, לֹא זָכָה – אז מען איז נישט זוכה, דעמאלט - כְּנֶגְדּוֹ, איז זי פארקערט וכו'.


מאך זיך א קביעות צו לערנען אין שטוב, לערן יעדן אינדערפרי אדער פארנאכטס גמרא; טו עס מיט א קביעות וועסטו זען גרויסע וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.


א כתיבה וחתימה טובה.


איך האב דיר זייער ליב.