בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט יעדע קינד דארף גיין צו טערעפי
חינוך הילדים, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט שייך צו ענטפערן די פראגע באופן כללי ווען איך ווייס נישט די מעשה פון דער נאנט; פון איין זייט קען מען זאגן אז זי דארף באקומען הילף, פון די אנדערע זייט קען מען זאגן וואס מען זאגט אויף יעדן קינד - אז מען דארף טערעפי.


ווייל ווער עס ווייסט וואס טוט זיך היינטיגע טעג ביי די קינדער, די מלמדים און טיטשערס מיינען אז מען האט זיי גענומען צו לערנען מיט די קינדער וואס פאלגן מיט איין מאל הייסן; אנשטאט ארבעטן שווער מיט די קינדער, אריינלייגן אין זיי די גאנצע הארץ - איז די גרינגסטע און שנעלסטע וועג פאר זיי צו זאגן פאר די עלטערן: "דאס קינד דארף הילף", אדער אויב די מוסד האט א פראגראם וואס צאלט פאר שוואכע קינדער זוכט מען מיט ליכט נאך א קינד און נאך א קינד כדי צו קענען געניסן פון די גרויסע געלטער, און אז א קינד איז לעבעדיג דארף דאס קינד שטארקע הילף, און אז דאס קינד איז איידל און שטיל, דארף דאס קינד אויך הילף; אז די קינד וויל נישט מיט דאווענען דארף מען שוין גיין צו א גרויסער מומחה און אזוי ווייטער; ווען עס איז אלעס הבל הבלים, ווייל קינדער קענען זיין טאנצעדיג און קינדער קענען זיין איידל, קינדער ווילן נישט דאווענען און קינדער קריגן זיך, און די ארבעט פון די מלמדים, טיטשערס און עלטערן איז זיי מחנך זיין און זיי אויסארבעטן זיי זאלן אויפוואקסן מיט גוטע מידות, נישט מאכן די קינדער פאר פראבלעמען, דעריבער איז מיר שווער צו ענטפערן אייער שאלה.


בעט דעם אייבערשטן אינאיינעם מיט דיין ווייב פאר דעם קינד, פאר אלע קינדער און פאר אלע דורות אז אלע זאלן זיין געזונט און שטארק, ערליך, און קיינמאל נישט אוועק גיין פון די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.