בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי
עס איז מיר א וואונדער אז נאכן טועם זיין פון די אונגארישע וויין זאל מען דיך נאך קענען פארנארן, דו און דיין ווייב לאזן זיך נארן דורך א כישוף מאכער, א פרוי פון ... וואס – פאר א סכום געלט – טוט זי וואס זי טוט און זי פארנארט מענטשן; ווי קען זיין אז נאכדעם וואס דו און דיין ווייב האבן שוין טועם געווען פון רבי'ן, פון התבודדות, פון שמחה, פון אמונה; זאלן ענק זיך לאזן נארן מיט הבל הבלים...
ווי קען א נארישע פרוי דיר זאגן וואס דיין כח איז און וואס דיין ווייב'ס כח איז? דיין כח איז ... און דיין ווייב'ס כח איז ...; דער הייליגער רבי לערנט אונז אז מיר קענען גארנישט, נאר דער אייבערשטער קען; דאס איז די גרעסטע חכמה, אז מען ווייסט: "כח-מה", וואס איז דען מיין כח? די כח איז דעם אייבערשטנ'ס...
ברודער, דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן"; גלייב מיר, אין איין בריוו פון אשר בנחל קענסטו האבן פאר דיין לעבן מער פון די אלע כישוף מאכערס און שטערן זעערס.