בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש ברסלב.
יעצט ווען עס בושעוועט ביי אונז אין שטאט די מחלה פון מיזעלס שטעל איך אוועק א תקנה ביי אונז אינעם מוסד אז מיר נעמען נישט אן קיין קינדער - סיי אינגלעך און סיי מיידלעך - וואס נעמען נישט קיין וואקסינען אנטגעקן די מחלות השם ישמרינו.
מיר גייען אויפן וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט וואס דער רבי האט געזאגט: "אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער גייט אראפ דער גראד ביז אונטער זירא, עס קען אפילו אראפ גיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער זירא) דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס"; דער רבי האט געזאגט אז "ווער עס געבט נישט קיין שאטס פאר די קינדער איז א רוצח (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד)", דעריבער ווער עס וויל נישט געבן קיין וואקסינען זאל נעמען זיינע קינדער און זיי שיקן אין מוסדות וואו מען פארלאנגט דאס נישט.
די תקנה איז אויך נוגע פאר'ן קעמפ; ביטע זיי דאס מודיע פאר אלע עלטערן ווי פריער, אז מיר וועלן נישט נעמען קיין קינדער אין קעמפ נאר ווער עס איז וואקסינירט.
וואויל איז דעם מענטש וואס לייגט אוועק זיין שכל און פאלגט וואס די תורה זאגט בתמימות ובפשיטות.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
א פרייליכן יום טוב.