בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
מען טאר נישט מסיח דעת זיין פון זיין פרייליך מיטן אייבערשטן און מיט די מצוות וואס מען איז זוכה אריינצוכאפן - אפילו פאר איין רגע נישט, און אפילו מען זעט זיך זייער שלעכט און מען קען נישט טרעפן אין זיך קיין איין גוטע זאך - דארף מען זיך פרייען מיט דעם אז מען איז א איד, און מיט דעם וואס מען דינט נישט עבודה זרה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג.): "כָּל הַכּוֹפֵר בַּעֲבוֹדָה זָרָה נִקְרָא יְהוּדִי", יעדער וואס לייקנט אין די עבודה זרה ווערט אנגערופן 'איש יהודי'.
פון די שמחה קען מען נישט פאלן, ווייל אפילו מען זאל זיין דער ערגסטער און דער ווייטסטער מענטש - קען מען זיך נאכאלץ פרייען אז מען איז א איד און נישט קיין גוי. אזוי ווי עס איז געווען די מעשה (הובא בספר פרי צדיק חג השבועות, אות יג), דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.