בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט צעשטעכן די עלטערן
כיבוד אב ואם, מלמדים, צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ב שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו ביסט צעשוידערט פון די שרעקליכע פאסירונג וואס האט פאסירט, ווי איינער האט צעשטאכן צום טויט זיינע עלטערן השם ישמרינו; דו ווילסט וויסן וואס האט די מעשה מיט דיר, וואס דארפסטו טון נאכן הערן אזא נייעס.


מיט יארן צוריק ווען עס האט פאסירט די שרעקליכע מעשה, איינער האט צעשניטן אן אומשולדיג קינד און אין די זעלבע צייט האט איינער געשטאכן א צדיק תמים אין ארץ ישראל, האט מוהרא"ש אונז געזאגט וואס מען ווייזט אונז פון הימל, אז מען צעשניידט קינדער אין חדר, מען נעמט מלמדים וואס טויגן אויף גארנישט און זיי צעשניידן קינדער, זיי שפעטן פון קינדער און צעקלאפן קינדער פאר די גאנצע לעבן, און די אנדערע פאסירונג קומט ווייל מען רעדט אויף צדיקים, מען שפעט פון צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש לאוקמא שכינתא מעפרא, ארויס נעמען די שכינה הקדושה פון גלות, זיי ברענגען צוריק אידישע קינדער צו די אמונה, פון זיי שפעט מען און אויף זיי רעדט מען.


יעצט ווען מיר הערן אזא פאסירונג דארפן מיר זיך פארנעמען מכבד זיין די עלטערן, רעדן צו די עלטערן מיט די גרעסטע כבוד און דאס גרעסטע דרך ארץ, חס ושלום נישט צעשטעכן די עלטערן דורך רעדן מיט חוצפה; ליידער ליידער קען מען זען און הערן ווי קינדער פירן זיך צו עלטערן מיט שרעקליכע חוצפה, מען נעמט זיך צוזאם גאנצע משפחות און מען מאכט פּרענקס אויף די עלטערן.


נעם זיך פאר פון יעצט מער צו מכבד זיין דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.