בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האב שוין אסאך מאל געזאגט און געשריבן פאר דיין ווייב זי זאל רעדן פאר די פרויען, זי דארף מיר נישט איבערפרעגן יעדעס מאל מען בעט איר וכו'.
עס איז נישט קיין סתירה אז די מנהלת תחי' געבט א שיעור איינמאל א וואך פאר די פרויען, עס איז נישטא קיין שיעור אויף וויפיל התחזקות מען קען געבן; כל זמן מען קומט צו איר, מען בעט איר זי זאל רעדן – איז זי מחויב צו רעדן. זאג איר אז זי קען נישט אונזער מנהלת תחי', זי וויל גארנישט, זי וועט זיך נאר פרייען אז נאך פרויען געבן שיעורים.
מיר האבן א פליכט דאס צו טון, דער רבי האט אונז געהייסן מחזק זיין מענטשן; מחזק זיין נאנטע מענטשן, מחזק זיין אנשי שלומינו – איז א גרעסערע מצוה ווי זוכן פון אינדרויסן וכו'.
זיי איר מחזק זיי זאל מחזק זיין די טייערע פרויען, משפחות אנשי שלומינו; זאג איר זי זאל אויפהערן טראכטן אזויפיל פון זיך. די אלע מחשבות וואס דרייען זיך אין קאפ 'איך בין יא ווערד צו קומען רעדן, איך בין נישט ווערד צו קומען רעדן וכו' וכו'', דאס איז דער יצר הרע, ווייל וואס איז א חילוק וואס מען איז? וועם גייט אן וואס זי איז? דער עיקר איז אז מענטשן גייען אהיים מיט חיזוק.
שטעל זיך פאר א מענטש הערט שרייען "הצלה!" דער מענטשן קען געבן ערשטע הילף, ער קען יענעם צוריק ברענגען צום לעבן, אבער ער טראכט: 'בין איך דען ווערד?' ער טראכט: 'אלע קוקן ווי איך לויף מיט מיין לייטס און סיירינס וכו' וכו'', וועם גייט אן די זאכן? דער עיקר איז אז א מענטש ווערט געראטעוועט.
זאג דיין ווייב זי זאל שוין אפלאזן די פאלשע ענוה, פון היינט אויב איינער רופט איר – זאל זי רעדן.
ווען זי רעדט זאל זי רעדן פון אמונ"ה און פון פאלגן דעם רבי'ן.