בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך קען דיר זאגן בפה מלא אז מיר האבן זיך נישט צו שעמען מיט אונזער חדר און בית פיגא פון קיינעם, איך זאג דיר עס מיט א פילע מויל, פון קיינעם האבן מיר זיך נישט צו שעמען, און איך האב דאס אויך זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש מיט יארן צוריק, מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "יואל, דו האסט זיך נישט וואס צו שעמען מיט די חדר און ישיבה פון קיין שום פלאץ", און גלייב מיר, דעמאלט איז געווען זאכן וואס מען האט געדארפט מתקן זיין; איז וואס וואלט מוהרא"ש געזאגט היינט ווען די חדר, סקול און ישיבה - איז נאר געווארן מער שענער און מער הייליגער, און וויסן זאלסטו, ביי מיר איז שטענדיג (ירושלמי שבת א, ב): "רואה בעל השמועה כאלו הוא עומד כנגדו", איך זע אלץ פאר מיינע אויגן מוהרא"ש, און איך טראכט אלץ וואס מוהרא"ש וואלט מיר יעצט געזאגט אויב איך זאל עפעס פאררעכטן וכו'; קען זיין עס הערט זיך לאכעדיג אבער אזוי איז עס, איך טראכט שטענדיג פון מוהרא"ש, און איך לעב מיט דעם, (און אפילו ווען איך זיץ אויבן אן און איך געב א שיעור וכו' - איז ביי מיר אין מח ווי איך זיץ ביי די רעכטע זייט ביים טיש פון מוהרא"ש, דארט וואו איך פלעגט זיצן אלע וואכן ביים ליל שישי שיעור, אויף מיין מקום קבוע, און מוהרא"ש זאגט מיר איך זאל זינגען אדער רעדן וכו'), און איך זע די שמייכל און הנאה וואס מוהרא"ש האט פון אונזערע מוסדות.
בנוגע וכו'; עס איז דא א בריוו אין אשר בנחל וואס מוהרא"ש געבט מיר אביסל ווארעמע זיסע מוסר מיט גרויס רחמנות, אז איך זאל האבן סבלנות נישט נאר צו די בחורים, נאר אויך צו די עלטערע און ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך האט מוהרא"ש ברוח קדשו מיר פאראויס געשריבן התחזקות און אויסגעפירט די בריוו: "שְׁטֶעל זִיךְ פָאר אַז אִיךְ שְׁרַייבּ דִיר יֶעצְט אַ בְּרִיוו פוּן יֶענֶע וֶועלְט, וִוי אַזוֹי וָואלְסְטוּ דָאס גֶעלֵיינְט?" אז מוהרא"ש האט פאראויס געזען אז דא וועט זיין א חדר, א סקול, א ישיבה מיט הונדערטער און טויזנטער תלמידים ותלמידות, און מען וועט זיך דארפן אפגעבן מיט עלטערן, אויסהערן זייערע טענות, און האבן סבלנות, און זיי ווייטער ליב האבן; האט מיר מוהרא"ש געשריבן די ווערטער: "שְׁטֶעל זִיךְ פָאר אַז אִיךְ שְׁרַייבּ דִיר יֶעצְט אַ בְּרִיוו פוּן יֶענֶע וֶועלְט, וִוי אַזוֹי וָואלְסְטוּ דָאס גֶעלֵיינְט?" און דאס בעט איך דיר זייער, דו זאלסט זיך האלטן מיט אלע כוחות מיט די הייליגע ארבעט וואס דו טוסט, און געדענקען אז מיר זענען משמש דעם רבי'ן און בלייבן געטריי מיט אונזער ארבעט.
איך שיק דיר די גאנצע בריוו:
שָׁלוֹם וּבְרָכָה וְכָל טוֹב סֶלָה יַגִיעוּ וְיִרְדְפוּ אֶל הָאַבְרֵךְ הַיָקָר לִי מְאֹד ... נֵרוֹ יָאִיר
אִיךְ הָאבּ דִיר גֶעוָואלְט בֶּעטְן אַ גְרוֹיסֶע טוֹבָה, דוּ וֵוייסְט דָאס אִיךְ בִּין שׁוֹין עוֹסֵק אִין דֶעם רֶבִּינְ'ס זַאךְ הַיינְט צוּ טָאג זִיבְּן אוּן פוּפְצִיג יָאר, וָואס אִיךְ הָאבּ צוּגֶעזֶען בְּמֶשֶׁךְ דִי אַלֶע יָארְן אִין בְּרֶסְלֶב אִיז נִישְׁט צוּ בַּאשְׁרַייבְּן וְכוּ' וְכוּ', וִוי וֶועגְן אַבִּיסְל כָּבוֹד הַמְדוּמֶה אִיז מֶען גְרֵייט יֶענֶעם צוּ שֶׁחְטֶן, וֶועגְן גֶעלְט קֶען מֶען יֶענֶעם אוּמְגְלִיקְלִיךְ מַאכְן, דִי חַזַ"ל זָאגְן (סַנְהֶדְרִין פח:): "מִשֶׁרָבּוּ תַּלְמִידֵי שַׁמְאַי וְהִלֵל שֶׁלֹא שִׁמְשׁוּ כָּל צָרְכָן רָבּוּ מַחְלוֹקֶת בְּיִשְׂרָאֵל וְנַעֲשֵׂית תּוֹרָה כִּשְׁתֵּי תּוֹרוֹת"; מֶען קֶען זַיין אַ תַּלְמִיד פוּן דִי הֵיילִיגֶע תַּנָאִים שַׁמְאַי וְהִלֵל, אָבֶּער אוֹיבּ מֶען הָאט נִישְׁט מְשַׁמֶשׁ גֶעוֶוען תַּלְמִידֵי חֲכָמִים, פוּן דֶעם קוּמְט אַרוֹיס מַחְלוֹקֶת, אוּן יֶעדֶער מַאכְט שַׁבָּת פַאר זִיךְ וְכוּ' וְכוּ', אוּן עֶר כַאפְּט נִישְׁט דָאס עֶר לֶעבְּט אִין אַ גְרוֹיסְן דִמְיוֹן, וָוארוּם כָּל זְמַן אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט נִישְׁט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, כָּל זְמַן אַ מֶענְטְשׁ שְׁפִּירְט נִישְׁט דֶעם גֶעטְלִיכְקֵייט אַז עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין שׁוּם מְצִיאוֹת אוֹיסֶער גָאט בָּרוּךְ הוּא, אוּן נָאר צוּ אִים דַארְף מֶען רֶעדְן, אוּן בֶּעטְן וָואס מֶען דַארְף, אוּן נָאר פוּן אִים דַארְף מֶען רֶעדְן צוּ יֶעדְן אֵיינֶעם, אַזַא מֶענְטְשׁ לֶעבְּט אִין גְרוֹיסֶע דִמְיוֹנוֹת, וָוארוּם עֶר וִויל זַיין אַ מְצִיאוּת אוֹיף דִי וֶועלְט, עֶר פַארְגֶעסְט דָאס יֶעדְן טָאג יֶעדֶע שָׁעָה יֶעדֶע רֶגַע קֶען מֶען אִים צוּרִיק רוּפְן אוֹיבְן וְכוּ', אוּן וָואסֶערֶע פָּנִים וֶועט עֶר הָאבְּן וֶוען עֶר אִיז נָאךְ פַארְנוּמֶען צוּ יֵשׁוּת אוּן גֵיאוּת אוּן כָּבוֹד?
דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעלֶערְנְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן נ"ד) אַ מֶענְטְשׁ דַארְף הִיטְן דֶעם זִכָּרוֹן אוּן גֶעדֶענְקְן אַז עֶס אִיז דָא נָאךְ אַ וֶועלְט, אוּן מִיר זֶענֶען גְרֵייט יֶעדֶע מִינוּט אַוֶועקְצוּגֵיין פוּן דִי וֶועלְט, אַזַא מֶענְטְשׁ וָואס עֶר טְרַאכְט דָאס, הָאט שׁוֹין נִישְׁט אִינְזִינֶען נִישְׁט קַיין גֶעלְט, נִישְׁט קַיין כָּבוֹד, נִישְׁט קַיין הִתְנַשְׂאוּת, עֶר וִויל גָארְנִישְׁט נָאר דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אַלֵיין, אוּן דֶער מֶענְטְשׁ וָואס עֶר טְרַאכְט נָאר פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, עֶר וִויל מְקַרֵב זַיין אַלֶע אִידְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, עֶר וִויל גָארְנִישְׁט פַאר זִיךְ, זַיין גַאנְץ שְׁטְרֶעבּוּנְג אִיז נָאר וִוי אַזוֹי קֶען מֶען אַרַיינְבְּרֶענְגְן אִין אַלֶע אִידְנ'ס הֶערְצֶער זֵיי זָאלְן אוֹיכֶעט טְרַאכְטְן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, וָואס דָאס אִיז דֶער אֱמֶתֶ'ר אַהֲבַת יִשְׂרָאֵל, עֶר פַאר זִיךְ וִויל גָארְנִישְׁט, עֶר וִויל נָאר אֵיין זַאךְ, טוּן דֶעם רָצוֹן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוּן מְקַרֵב זַיין יֶעדְן אִיד צוּ אִים, אוּן אַרַיינְשַׁיינֶען אִין יֶעדְן אֵיינֶעם דֶעם עִנְיָן פוּן תְּפִלָה, אַז מֶען דַארְף בֶּעטְן נָאר דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים יֶעדֶע זַאךְ.
אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר אַ פֶּערְזֶענְלִיכֶע טוֹבָה, עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ שֵׁיין בִּיסְל טֵייעֶרֶע אִינְגֶעלַייט וָואס זֵיי פְלֶעגְן קוּמֶען צוּ דִיר, אוּן זֵיי הָאבְּן נִישְׁט גֶעוָואלְט גָארְנִישְׁט נָאר זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען אוּן רֶעדְן פוּן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס דִיבּוּרִים, אוּן צְוֵויי דְרֵיי אִינְגֶעלַייטְלֶעךְ הָאט זִיךְ גֶעדַאכְט אַז זֵיי וִוילְן אִיבֶּערְנֶעמֶען וְכוּ', אִיז אוֹיסְגֶעקוּמֶען אַז דוּ הָאסְט זֵיי מְרַחֵק גֶעוֶוען וְכוּ' וְכוּ', עֶס טוּט זֵיי זֵייעֶר וֵויי פַארְוָואס זֵיי קֶענֶען נִישְׁט זַיין צוּזַאמֶען אַזוֹי וִוי עֶס אִיז גֶעוֶוען בִּיז יֶעצְט, אוּן נָאכְמֶער טוּט מִיר וֵויי, פַארְוָואס דַארְף קוּמֶען צוּ דֶעם? וָוארוּם אִיךְ וֵוייס וָואס הֵייסְט מַחְלוֹקֶת וְכוּ', אִיךְ הָאבּ דָאס גֶעשְׁפִּירְט אוֹיף מַיין הוֹיט, וָואס פָּשׁוּטֶע יוּנְגַאטְשֶׁעס בַּעֲלֵי עֲבֵירוֹת וָואס זֵייעֶר גַאנְצֶער קָאפּ לִיגְט נָאר אִין גֶעלְט אוּן כָּבוֹד אִין פִּרְסוּם וְכוּ' וְכוּ', פַארְגִינֶען נִישְׁט דֶעם צְוֵוייטְן וְכוּ', דָאס אַלֶעס נֶעמְט זִיךְ פוּן גֵיאוּת אוּן יֵשׁוּת וְכוּ' וְכוּ', וָוארוּם וֶוען אַ אִיד טְרַאכְט אוֹיפְן אֱמֶתְ'ן תַּכְלִית אַז אָט וֶועט עֶר מוּזְן אִיבֶּערְלָאזְן דִי וֶועלְט, אוּן עֶס וֶועט אִים גָארְנִישְׁט בְּלַייבְּן נָאר וָואס עֶר הָאט זִיךְ אַיינְגֶעקוֹיפְט אוֹיף דִי וֶועלְט תּוֹרָה אוּן תְּפִלָה מִצְווֹת אוּן מַעֲשִֹים טוֹבִים, דֶער הָאט שׁוֹין נִישְׁט אִינְזִינֶען צוּ רוֹדֶפְן אַ צְוֵוייטְן אָדֶער צוּ מְרַחֵק זַיין אַ צְוֵוייטְן.
מֶען קֶען זִיךְ גָארְנִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וָואס הֵייסְט אַ עֶרְלִיכֶער אִיד, צוּ וָואס דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי וִויל אוּנְז בְּרֶענְגְן וְכוּ', דֶער מֶענְטְשׁ זָאל נָאר טְרַאכְטְן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן שְׁפִּירְן דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן פוּן יֶעדֶע זַאךְ זָאל עֶר נָאר זֶען רוּחְנִיוּת אֶלֹקוּת, זַיין גוּף זָאל עֶר מְצַיֵיר זַיין וִוי סְ'לִיגְט שׁוֹין פוּן לַאנְג אִין קֵבֶר וְכוּ', אוּן זַיין נְשָׁמָה שְׁוֶועבְּט נָאר אַרוּם אִין גֶעטְלִיכְקֵייט, וָואס דָאס אַלֵיין אִיז דִי הֶעכְסְטֶע מַדְרֵיגָה, וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב' סִימָן ע"ב) אַז דֶער צַדִיק הָאֱמֶת שַׁיינְט אַרַיין אִין אַ מֶענְטְשׁ אַ אֱמֶתְ'ן שִׁפְלוּת, וָואס דָאס אִיז דֶער עִיקֶר גְרוֹיסְקֵייט וָואס מֶען דַארְף קוּמֶען צוּ דֶעם אוֹיף דֶעם עוֹלָם, אוּן דָאס אִיז דֶער אֱמֶתְ'ר תְּחִיָה, וִוי סְ'שְׁטֵייט (יְשַׁעְיָה כ"ו) "הָקִיצוּ וְרַנְנוּ שׁוֹכְנֵי עָפָר" דַרְשְׁנֶען אוֹיף דֶעם דִי חַזַ"ל (סוֹטָה ח') מִי שֶׁנַּעֲשֶׂה שָׁכֵן לֶעָפָר בְּחַיָיו.
שְׁטֶעל זִיךְ פָאר, וֶוער הַיינְט וָואס לֶעבְּט גֵייט אַרוּם מִיט אַ מַחְשָׁבָה אַז זַיין גוּף לִיגְט שׁוֹין פוּן לַאנְג אִין קֵבֶר? מֶען רֶעדְט נָאר פוּן טוֹיט שְׁרֶעקְט מֶען זִיךְ זֵייעֶר אִיבֶּער, אוּן מֶען זָאגְט אוֹי רֶעד נִישְׁט פוּן דֶעם, שְׁרֶעקְסְט מִיר אִיבֶּער וְכוּ', דוּ מַאכְסְט מִיר מָרָה שְׁחוֹרָה'דִיג וְכוּ', אוּן אַ אֱמֶתְ'ר עֶרְלִיכֶער אִיד וָואס עֶר אִיז דָבוּק אִין בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אִיז בַּיי זִיךְ אַזוֹי גָארְנִישְׁט אַז עֶר שְׁפִּירְט מַמֶשׁ וִוי זַיין גוּף לִיגְט שׁוֹין פוּן לַאנְג אִין קֵבֶר וְכוּ' וְכוּ', אוּן דִי נְשָׁמָה שְׁוֶועבְּט אַרוּם נָאר אִין רוּחְנִיוּת אֶלֹקוּת, גְלֵייבּ מִיר אַזַא מֶענְטְשׁ הָאט שׁוֹין נִישְׁט אִינְזִינֶען נִישְׁט קַיין גֶעלְט, נִישְׁט קַיין כָּבוֹד, אוּן נִישְׁט קַיין הִתְנַשְׂאוּת, אוּן וִויל נָאר אַרַיינְבְּרֶענְגְן אִין יֶעדְן אֵיינֶעם דָאס גֶעטְלִיכְקֵייט, עֶר זָאל אוֹיכֶעט שְׁפִּירְן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן עֶר זָאל קֶענֶען רֶעדְן צוּ אִים.
אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק, פֶּערְזֶענְלִיךְ, זֶעה דָאס בִּיסְל אִינְגֶעלַייט וָואס זֵייעֶר גַאנְץ חַיוֹת אִיז זִיךְ הַאלְטְן אִין הֵיכַל הַקוֹדֶשׁ, אוּן זֵיי שֶׁעפְּן פוּן דָארְטְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן וְכוּ', זָאלְן נִישְׁט אַוֶועקְפַאלְן, צוּם בֵּיישְׁפִּיל אַזַא אִינְגֶערְמַאן וִוי ... נֵרוֹ יָאִיר וָואס אִיז דִיר בֶּאֱמֶת גֶעטְרַיי, אוּן וֶועגְן אַ לָשׁוֹן הָרָע אָדֶער אַ זַייטִיגֶע נְגִיעָה וָואס אֵיינֶער אָדֶער צְוֵויי רֶעדְן אָן אוֹיף אִים, פַארְוָואס דַארְף מֶען אִים מְרַחֵק זַיין?
אִיךְ מוּז דִיר זָאגְן סְ'טוּט מִיר זֵייעֶר זֵייעֶר וֵויי אַזַא זַאךְ, אֱמֶת עֶס זֶענֶען גֶעוֶוען עֶטְלִיכֶע אִינְגֶעלַייט אוּם פַארְגִינֶערְ'ס, וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעקוּקְט מִיט אַ שְׁלֶעכְט אוֹיג גְלַייךְ פוּן אָנְפַאנְג, אוּן זֵיי הָאבְּן גֶעזֶען דִי הַצְלָחָה פוּן דִי יְשִׁיבָה וְכוּ' וְכוּ', זֶענֶען זֵיי גְלַייךְ אַוֶועק גֶעגַאנְגֶען, אָבֶּער אַזֶעלְכֶע אִינְגֶעלַייט וָואס זֵיי הָאבְּן זִיךְ יָא גֶעהַאלְטְן צוּזַאמֶען, אוּן זֵיי הַאלְטְן זִיךְ וַוייטֶער צוּזַאמֶען, פַארְוָואס דַארְף מֶען זֵיי מְרַחֵק זַיין? אִיךְ הָאף אַז דוּ וֶועסְט פַארְשְׁטֵיין וָואס אִיךְ מֵיין, אוּן זָאלְסְט דָאס פַארְרֶעכְטְן, עֶס אִיז אַ שָׁאד הַאקְן קֶעפּ וְכוּ', אוּן פַארְטְרַייבְּן, דָאס זֶעט מֶען אִין אַנְדֶערֶע פְּלֶעצֶער פוּן בְּרֶסְלֶב, הַיינְט אִיז דֶער גְרוֹיס, אוּן מָארְגְן קְלַאפְּט מֶען אִים אַרָאפּ אוּן מֶען טְרַייבְּט אִים אַוֶועק, אוּן אִיבֶּערְמָארְגְן וֶוערְט עֶר אַלֵיין פַארְטְרִיבְּן וְכוּ' וְכוּ', אוּן מַאכְט שַׁבָּת פַאר זִיךְ וְכוּ' וְכוּ', אוּן מֶען אִיז פַארְנוּמֶען נָאר מִיט שְׁטוּתִים אוּן הַבָלִים.
פְרֶעג אֵיינֶעם פוּן דִי אַלֶע גְרוּפֶּעס אוֹיבּ זֵיי זֶענֶען מַעֲבִיר סֶדְרָה יֶעדֶע וָואךְ? אוֹיבּ זֵיי הָאבְּן שׁוֹין אֵיין מָאל גִיעֶנְדִיגְט שִׁשָׁה סִדְרֵי מִשְׁנֶה אִין זֵייעֶר לֶעבְּן? אוֹיבּ זֵיי הָאבְּן שׁוֹין אֵיין מָאל גִיעֶנְדִיגְט שַׁ"ס אִין זֵייעֶר לֶעבְּן?
אִיךְ הָאף אַז דוּ וֶועסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין, אִיךְ מֵיין גָארְנִישְׁט, נָאר וָואס מֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט אַרַיינְשַׁיינֶען אִין זֵיי דֶעם סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן, אוּן וָואס מֶער זֵיי זָאלְן רֶעדְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן פוּן דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אַז מֶען הָאט דָאס אִינְזִינֶען זִיכְט מֶען שׁוֹין נִישְׁט קְלֵיין קֶעפֶּלְדִיגֶע מַחְלוֹקֶתְ'לֶעךְ.
טְרַאכְט גוּט אַרַיין וָואס אִיךְ הָאבּ דִיר גֶעשְׁרִיבְּן דָא, אוּן זֶעה זֵיי מְקַרֵב צוּ זַיין, וָוארוּם עֶס אִיז אַ שָׁאד זֵיי צוּ פַארְלִירְן, סְ'אִיז נִישְׁט אַזֶעלְכֶע אִינְגֶעלַייט וָואס זֵיי וִוילְן דִיךְ צוּבְּרֶעכְן, דָאס אִיז אִינְגֶעלַייט וָואס זֵיי וִוילְן דִיר הֶעלְפְן, נָאר אֵיינֶער צְוֵויי הֶעצְט דִיךְ אוֹיף, אוּן פוּן דֶעם קוּמְט אַרוֹיס דִי פִּירוּדִים אוּן מַחְלוֹקֶת וָואס אִיךְ הָאבּ פַיינְט בְּתַּכְלִית הַשִׂנְאָה, אוּן אִיךְ בִּין שׁוֹין פוּן לַאנְג אַוֶועקְגֶעלָאפְן פוּן זֵיי וְכו', אוּן אִיךְ וִויל זֵיי אֲפִילוּ נִישְׁט אָנְקוּקְן, וָוארוּם בַּיי מִיר אִיז דֶער עִיקֶר דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס סְפָרִים, נָאר וָואס דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט, דָאס אִיז בַּיי מִיר דֶער עִיקֶר, אִיךְ הָאף אַז דוּ וֶועסְט דָאס קֶענֶען פַארְרֶעכְטְן.
שְׁטֶעל זִיךְ פָאר אַז אִיךְ שְׁרַייבּ דִיר יֶעצְט אַ בְּרִיוו פוּן יֶענֶע וֶועלְט, וִוי אַזוֹי וָואלְסְטוּ דָאס גֶעלֵיינְט?
עֶס אִיז אַזַא שָׁאד אַז מִיר הָאבְּן שׁוֹין זוֹכֶה גֶעוֶוען אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַזֶעלְכֶע שֵׁיינֶע קִיבּוּצִים, אוּן אוֹיךְ אַ יְשִׁיבָה וָואס מֶען לֶערְנְט דֶעם סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד פוּן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן, אוּן אוֹיךְ אַ תַּלְמוּד תּוֹרָה וָואס מֶען רֶעדְט נָאר פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, זָאל יֶעצְט צוּבְּרָאכְן וֶוערְן וֶועגְן אַפָּאר קְלֵיין-קֶעפֶּלְדִיגֶע קִינְדֶערִישֶׁע אִינְגֶעלַייטְלֶעךְ, אִיךְ מוּז דִיר זָאגְן אוֹיף אַזַא אוֹפֶן וֶועט דֶער חֵדֶר נִישְׁט הָאבְּן אַ קִיוּם וְכוּ', עֶס אִיז נָאךְ דָא אַסַאךְ צוּ רֶעדְן, נָאר אִיךְ מוּז יֶעצְט עֶנְדִיגְן וֶועגְן דִי טֶרְדוּת וָואס אִיךְ הָאבּ יֶעצְט. עד כאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.