בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
גיי אין א ווינקל, רעד אפאר דיבורים צום אייבערשטן, הויב אן דיין טאג מיט רעדן צום אייבערשטן. עס קומט א צייט וואס דער וואס האט עוסק געווען אין די הייליגע הנהגה פון רעדן צום אייבערשטן - נאר דאס וועט אים באגלייטן ביזן בית החיים. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם מאמר חז"ל (תנא דבי אליהו רבה, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", ווען א מענטש רעדט אסאך צום אייבערשטן און ער שמועסט אסאך צום אייבערשטן - דאס באגלייט אים ביזן קבר, אז מען קוקט אריין אין תנא דבי אליהו איז דא אן אנדערע גירסא, אבער מוהרא"ש האט געהאט אזא גירסא: "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת".
איך האב דיר שוין אסאך געשריבן און אסאך געבעטן זאלסט אכטונג געבן, זאלסט נישט טשעפען דיין ווייב. זיי נישט קיין חי' רעה, טשעפע נישט און דערמאן נישט קיין אלטע זאכן, דו ווילסט אויך נישט מען זאל דיך פארשעמען מיט אלטע זאכן, דו בעטסט דעם אייבערשטן ביים דאווענען: "אל תזכר לנו עוונת ראשונים", דערמאן נישט אלטע עבירות וואס מיר האבן געטון אין די יונגע יארן; אויב דו שטייסט און צאפסט איר בלוט מיט אלטע זאכן - איז פארוואס דיינע אלטע זאכן טאר מען נישט דערמאנען?
ווייסט וואס מוהרא"ש דערציילט, א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן וויינען אז דער גלח פון שטאט האט פארכאפט זיין טאכטער, דער רבי האט אים געגעבן א עצה ווי אזוי ער זאל איר ארויסכאפן פון דארט. נאכדעם וואס זי איז געראטעוועט געווארן פון דארט האט איר דער רבי גלייך א כלה געמאכט מיט א בחור א שוסטער, און דער רבי האט געבעטן דעם חתן ער זאלט קיינמאל נישט דערמאנען פאר זיין ווייב די מעשה וואס זי האט געהאט מיטן גלח, דער רבי האט אים מבטיח געווען אז אויב ער וועט איר קיינמאל נישט טשעפען מיט די אלטע מעשה וכו' וועט ער זוכה זיין צו קינדער צדיקים; וכך הוה, דער איד האט זוכה געווען צו קינדער צדיקים און גרויסע רבנים.
אויב דו ביסט מקבל אויף זיך מער נישט צו טשעפען מיט אלטע זאכן, מער נישט דערמאנען וכו' - וועסטו אויך זוכה זיין צו די ברכה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.