בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיי נישט קיין עבד כנעני
חינוך הילדים, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל


זייער גוט אז דו ארבעטסט, דו ברענגסט פרנסה פאר דיין משפחה, געב נאר אכטונג זאלסט נישט ווערן אריינגעדרייט צו ווערן אן עבד כנעני; אז דיינע שעות זענען פון ניין ביז פינף זאל דאס זיין אזוי, דאס הייסט נאך פינף איז געענדיגט מיט די ארבעט, נאך פינף זאלסטו גיין העלפן דיין משפחה.


זיי נישט קיין עבד כנעני, פארגעס נישט דעם ציל פון לעבן, פארגעס נישט פארוואס דו ארבעטסט; נאר פאר דיין משפחה, דארפסטו דאך האבן א משפחה, דארף מען אהיים גיין העלפן עס זאל קענען בלייבן א משפחה, דארף מען אין שטוב – ווען מען איז מיט די משפחה – זיך ארויסשרייבן פון אלע זאכן וואס האבן נישט מיט די משפחה.


איך וויל דיר דערציילן, פאריגע וואך דאנערשטאג בין איך געפארן קיין לעיקוואד געבן די ליל שישי שיעור, אויפן וועג זע איך ווי דער דרייווער, מען רופט אים און ער הייבט נישט אויף, איך פרעג אים: "פארוואס הייבסטו נישט אויף די טעלעפאן פאר די וואס רופן דיך?" זאגט ער מיט א פשטות: "נאך זעקס אזייגער הייב איך נישט אויף, איך זע ווער עס רופט, און צומארגנס ניין אזייגער הייב איך אויף", ער זאגט מיר: "רוב פון די קאסטומערס ווייסן שוין דאס אז נאך זעקס אזייגער איז נישטא מיט וועם צו רעדן"; מען רעדט דא פון גרינגע ארבעט, טעלעפאן ארבעט וכו', און פון פארדינען שיין, ער זאגט ער האט באקומען די שכל פון היכל הקודש, פון הערן די שיעורים אין ישיבה ווי מען רעדט שכל פון צדיק.


הלוואי זאלסטו ווערן באפרייט פון זיין א געבארטע קנעכט.