בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
מען פארט שוין צום הייליגן רבי'ן, איך שרייב דיר שוין אפאר וויכטיגע נקודות ווי אזוי זיך צו פירן אין אומאן.
דריי זיך ביי ערליכע חברים, גיי נישט ביי די שטיבער וואו מען געבט צו טרינקען אלקאהאל, געדענק וואו דו ביסט, מיר זענען געקומען צום הייליגן רבי'ן, מיר זיצן ביים רבינ'ס טיש, דער רבי האט אונז געווארנט מיר זאלן נישט צורירן צו אלקאהאל (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כו); נישט קיין וויין, ביר אדער ברוינפן.
מוהרא"ש זאגט, די וואס טיילן עסן אין אומאן, די וואס מאכן הכנסת אורחים און געבן צו טרינקען אלקאהאל – איז דאס א חוצפה און עזות; "הֲגַם לִכְבּוֹשׁ אֶת הַמַּלְכָּה עִמִּי בַּבָּיִת...?!" (אסתר ז, ח), וואו ביסטו? דו ביסט דאך ביים רבי'ן און דו טוסט פארקערט פון וואס ער האט געזאגט ביי אים אין שטוב?!
אויך זאלסטו נישט רייכערן; ווי מעג זיין אזא זאך, שטיין ביים ציון מיט א צוגרעטל און א כוס ביר, ווען דער רבי האט דאס נישט געלאזט טון (חיי מוהר"ן סימן רעג, תעב), און זאלסט זיכער נישט גיין ביי די שטיבער וואו מען רייכערט דראגס השם ישמרינו, אוי לנו שכך עלתה בימינו, אז אינגעלייט אנגעטון מיט חסידי'שע קליידער, מיט שטריימל בעקיטשע – זאלן זיין אזוי געפאלן, אזוי מיואש, אזוי דעפרעסט – צו רייכערן דראגס, און פארנארן אומשולדיגע אינגעלייט און בחורים זיי זאלן זיך אויך פאר'סמ'ען.
איך בעט דיר מיין ליבער זון, מיין הארציגער חבר, גיי נישט ביי די מסיבות, גיי נישט צו די שטיבער, "כָּל בָּאֶיהָ לֹא יְשׁוּבוּן" (משלי ב, יט), פון דראגס איז נישטא קיין וועג ארויס; מען ענדיגט נעבעך יונג דאס לעבן, מען איז נישט זוכה צו זען דורות, און אויב מען האט שוין געברענגט דורות – איז מען נישט זוכה צו זען די נחת ביי די קינדער און אייניקלעך.