בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - עס איז נישט גוט זיך צוצוגעוואוינען צו רייכערן
דרך ארץ, ישיבה, רייכערן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים, ישיבת היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך וויל ענק בעטן נישט צו רייכערן ציגארעטלעך, עס איז נישט גוט זיך צוגעוואוינען אין די זאך. דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל רייכערן (חיי מוהר"ן סימן רעג, תעב); זאלט איר נישט אנהויבן מיט די זאך.


ענק זענען יונג, ענק זענען איידל, יעצט איז דא א רייץ דערפאר, אבער שפעטער - האט מען חרטה. איך זאג ענק צו, די אלע וואס וועלן נישט רייכערן יעצט - וועלן אלע נאר זאגן שכוח שפעטער אין לעבן, ענק וועלן זיין באפרייטע מענטשן, ענק וועלן נישט זיין משועבד צו דעם.


הערט אויס ענקער מגיד שיעור און פירט אייך מיט דרך ארץ - וועט איר מיר מאכן אסאך נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#12 - רייכער נישט, דו קענסט כמעט נישט אטעמען
מלמדים, רייכערן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו לייגסט אריין אין די קינדער יראת שמים, מידות טובות מיט שמחה. איך ווייס דו ארבעטסט שווער, איך ווייס גאר גוט די שווערע ארבעט וואס א מלמד האט, איך אליינס בין א מלמד שוין צוואנציג יאר; דאך לוינט זיך עס, די שכר פון א מלמד איז נישט צו באגרייפן, די שכר גייט לנצח נצחים.


רייכער נישט, דו קענסט כמעט נישט אטעמען, לאז אפ דעם ציגארעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - עס לוינט נישט רייכערן, אז מען פארלירט די שלום בית
תפילה והתבודדות, שלום בית, רייכערן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס לוינט נישט רייכערן אז מען פארלירט די שלום בית; אז עס שטערט דיין ווייב אזוי שטארק אז דו רייכערסט די ציגארעטל און די לעקטעריק ציגארעטל, יעדע מאל דו רייכערסט גייט זי אריין אין א שלעכטע גוסטע - לוינט נישט די גאנצע זאך.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען אנקומען צו פאלגן דעם רבי'ן און נישט רייכערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - רייכערן לופטערט נישט אויס, עס מאכט מער אנגעצויגן
הפצה, יונגע יארן, היטן די צייט, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רייכער נישט, טו נישט די נארישקייט. ביסט א יונג קינד, א שאד פאר דיין לעבן. דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל רייכערן (חיי מוהר"ן, סימן רעג, תעב), פארוואס זאלסטו דאס טון? איך וועל רעדן צו דיין מגיד שיעור ר' משה שמואל נרו יאיר, ער זאל דיך מחזק זיין אויף דעם, אז דו זאלסט נישט רייכערן.


רייכערן לופטערט נישט אויס, עס מאכט מער אנגעצויגן; אז דו ווילסט זיך אויסלופטערן - זאלסטו גיין הפצה, הפצה לופטערט אויס דעם מח; אנשטאט שטיין אינדרויסן פון ישיבה, פון בית המדרש און בטל'ן צייט - גיי הפצה.


 


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן שבת.

#9 - האב נישט מורא צו פארלאנגען פון די קינדער א שטרענגע דיסציפלין
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין זייער צופרידן פון דיר, און פון דיין ארבעט אלס מלמד.


איך וויל דיך מחזק זיין, זאלסט נישט ווערן צעפאלן. איך ווייס גוט אז די ארבעט איז ביטער שווער, דאך צאלט זיך עס אויס. ווייל אז דו וועסט גוט אריינקלערן וואס טוט זיך אין די וועלט, יעדער מוטשעט זיך, יעדער פלאגט זיך, יעדער שרייט 'עס איז ביטער שווער'; עס איז גארנישט שווערער פאר'ן מלמד, אדרבה, דער מלמד פארברענגט די טעג און יארן מיט תורה ותפילה, מיט פלאנצן אמונה וקדושה. אויבן בויט זיך אים פאלאצן, היכלות דקדושה, זיין פלאג און מי גייט נישט לאיבוד.


זע עס זאל זיין א שטארקע דרך ארץ, האב נישט מורא צו פארלאנגען פון די קינדער א שטרענגע דיסציפלין; נאר אזוי וועסטו קענען מצליח זיין.


רייכער נישט, וואס פעלט דיר אויס דעם צוגארעטל? על הראשונים אנו מצטערין, די וואס קומען צום רבי'ן מיט זייער אלטע געוואוינהייט – איז איין זאך, אבער וואס דארפסטו יעצט אנהויבן די זאך...


 

#8 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט פאלגן דעם רבי'ן און נישט רייכערן
חסידות ברסלב, מוסר, יענער, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מיטגעהאלטן די יארצייט סעודה פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו אין היכל הקודש טברי', און אז אלע פירן זיך מיט גרויס דרך ארץ. ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר, איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


בנוגע וכו'; דארפסט נישט האבן חלישות הדעת פון דעם וואס דו האסט געזען אינגעלייט שטייען אינדרויסן פון בית המדרש און רייכערן. עס זענען דא וואס זענען צוגעוואוינט צו רייכערן פון פריער, איידער זייער התקרבות וכו'.


דו בעט דעם אייבערשטן זאלסט פאלגן דעם רבי'ן און נישט רייכערן, און אויך בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט האבן צוטון מיט אנדערע, נאר זען דאס גוטס ביי אנדערע; אזוי וועסטו זיין גליקליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - עס איז א גרויסע פריצות פאר א פרוי צו רייכערן
צניעות, חיזוק פאר פרויען, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א גרויסע פריצות פאר א פרוי צו רייכערן.


איך ווייס אינגעלייט וואס קיין שום זאך האט זיי נישט געקענט מאכן אויפהערן רייכערן, ביז זיי האבן געהאט די שרעק ווען זייער ווייב האט זיי געזאגט אז זיי גייען מיט רייכערן - האבן זיי געכאפט א שרעק און אויפגעהערט רייכערן.

#6 - רייכערן פאר א פרוי איז א שרעקליכע פריצות
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, שערן די האר, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס ... פרעגט, אויב מען מעג רייכערן אן עלעקטעראנישע ציגארעטל וכו'; זאגט איר זי זאל קיינמאל נישט רייכערן. רייכערן פאר א פרוי איז א שרעקליכע פריצות, נישט קיין חילוק עלעקטעראנישע אדער נישט עלעקטעראנישע; מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור מאל אז רייכערן פאר פרויען איז זייער א גרויסע פריצות.


לייגט אריין אין די תלמידות דאס שיינקייט פון זיין איידל; זיי זאלן וועלן זיין איידל, זיי זאלן זיך עקלען פון די וועג פון אומות העולם. איך האב א תלמיד וואס וויינט צו מיר אז זיין ווייב וויל זיך מאכן נאך לעכער אין די אויער, נאכמאכן די אומות העולם, ער ווייסט נישט וואס צו טון. דעריבער בעט איך אייך איר זאלט אריינלייגן אין די בית פיגא קינדער דאס ליב האבן צניעות.


וואס זאל איך אייך זאגן, איך ווער שוואך פון די סארט שאלות; איך וויל די תלמידות זאלן זיין איידל און הייליג. מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען פסח אין איסטאנבול, האט ער געזען דארט אינגעלייט מיט זייער הייליגע נשמות, זיי האבן געהאט הייליגע נשמות אזוי גרויס ווי די הייליגע תנאים. האט דער בעל שם טוב געזאגט, זיי האבן זוכה געווען צו דעם צוליב די צניעות פון זייערע מאמעס, די פרויען דארט זענען געווען זייער איידל; זעט מען צו וואס מען איז זוכה ווען מען פירט זיך איידל.


אויך זאל מען רעדן צו די קינדער פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה; נאר אז מען וועט דאס אריינלייגן פון קינדווייז אן - וועלן זיי דאס טון מיט שמחה, אז נישט - וועלן זיי דאס טון געצווינגענערהייט, און נאכדעם פאלט מען אראפ פון דעם, מען לאזט זיך צוריקוואקסן די האר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - עס איז נישט קיין כבוד בית המדרש צו רייכערן אין שול
בית המדרש, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט אכטונג געבן אויף כבוד בית המדרש. עס איז נישט קיין כבוד בית המדרש צו רייכערן אין שול, איך רעד פון די לעקטעריק ציגארעטל; מען קען נישט רייכערן אין שול אפילו די לעקטעריק ציגארעטל, עס איז נישט קיין כבוד בית המדרש.


איך פלאג זיך מיט די בחורים; וויפיל איך זאג און איך בעט - אלץ זענען זיי מיט דעם אין שול, עס איז א בזיון בית המדרש.


אז דו זעסט אינגעלייט זיצן און רייכערן - זאלסטו זיי זאגן אז מען קען נישט רייכערן אין שול, אפגערעדט ציגארעטלעך, נאר אפילו די לעקטעריק ציגארעטל.


זע מען זאל נוצן דעם בית המדרש נאר פאר תורה ותפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ס'איז נישט גוט דו זאלסט אנהייבן צו רייכערן
חתן, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


איך האב געזען אז דו האסט אנגעהויבן רייכערן, עס איז נישט גוט זאלסט זיך צוגעוואוינען צו דעם. דיין כלה תחי' האט מיר געבעטן איך זאל איר געבן א חתן א ירא שמים, אן קיין טעלעפאן, איינער וואס רייכערט נישט; איז נישט גוט דו זאלסט אנהייבן יעצט אלס חתן צו רייכערן.


דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל רייכערן, איז נישט כדאי דו זאלסט יעצט אלס חתן אנהייבן רייכערן.


שטארק זיך באמונה, נעם אריין אין דיר אז אלעס איז פונעם אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט אז אמונה איז אן קיין סוף, יעדע רגע קען מען גיין טיפער און טיפער אין אמונה. יעדעס מאל מען נעמט אריין אין זיך 'אלעס איז דער אייבערשטער' - איז דאס א נייע זאך, עס איז נישט דאס זעלבע פון וואס מען האט געוויסט פריער; עס איז ניי, די אמונה איז פריש.

#3 - בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, נישט אז ס'מוז זיין ווי איך וויל
תפילה והתבודדות, הפצה, חסידות ברסלב, אחדות, התנגדות, עקשנות, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, י"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, שיחיו.


די וואך זעען מיר אין די פרשה זייער אסאך חיזוק אויף תפילה; יעדע זאך פון די הייליגע אבות און פון די הייליגע אמהות איז געווען נאר תפילה.


לאה האט חתונה געהאט מיט יעקב נאר ווייל זי האט אסאך געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן; כאטשיג איר שידוך איז געווען אנגעגרייט אז זי זאל חתונה האבן מיט עשיו, אלע האבן געזאגט אז לאה וועט חתונה האבן מיט עשיו און רחל מיט יעקב, דאך האט זי נישט אויפגעגעבן; זי האט געבעטן און געבעטן ביז זי האט באקומען יעקב אבינו.


דאס איז שטארקע חיזוק פאר אונז; "מַעֲשֶׂה אָבוֹת - סִימָן לְבָּנִים (עיין תנחומא לך לך, ט)", מיר דארפן נאכגיין אונזערע עלטערן. יעדע זאך וואס מיר דארפן, יעדע זאך וואס מיר ווילן, יעדע זאך וואס קוועטשט און טוט וויי - זאלן מיר נאר בעטן דעם אייבערשטן.


ווען מען בעט דעם אייבערשטן דארף מען וויסן ווי אזוי צו בעטן דעם אייבערשטן, מען קען נישט נעמען מיט געוואלד. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון ווי אזוי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ - יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאכגעבן - איז נישט.


מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


מיט דעם קען מען שוין פארשטיין פארוואס יעקב אבינו האט זיך אויפגערעגט אויף רחל; לכאורה רחל האט דאך געטון וואס א איד דארף טון, רחל האט געבעטן יעקב'ן (בראשית ל, א): "הָבָה לִּי בָנִים", געב מיר קינדער; דאס דארף דאך א איד טון, גיין צו א צדיק בעטן א ברכה פאר קינדער. רש"י זאגט, אז רחל האט גע'טענה'עט צו יעקב: דיין טאטע יצחק האט געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן פאר רבקה, פארוואס בעטסטו נישט פאר מיר? שטעלט זיך א שטארקע פראגע, פארוואס האט זיך יעקב אויפגערעגט (שם, ב): "וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל", זי האט דאך געטון וואס מען דארף טון, די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא קטז.): "כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ חוֹלֶה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס האט א צרה אין שטוב, "יֵלֵךְ אֵצֶל חָכָם וִיבַקֵּשׁ עָלָיו רַחֲמִים", זאל גיין צו אן ערליכער איד ער זאל בעטן פאר אים!


מוהרא"ש זאגט, יעקב אבינו האט וויי געטון ווען רחל האט געזאגט: "וְאִם אַיִן - מֵתָה אָנֹכִי", אויב האב איך נישט קיין קינדער בין איך א טויטע; אזוי רעדט נישט א איד! די ערשטע בקשה האט זי זייער שיין געזאגט "הבא לי בנים", בעט פאר מיר איך זאל האבן קינדער, אזוי דארף מען טון; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן און מען דארף בעטן דעם צדיק זאל מתפלל זיין, אבער "וְאִם אַיִן - מֵתָה אָנֹכִי" - אויב נישט בין איך א טויטע?! אויב נישט איז עק וועלט?! א איד דארף וויסן "אויב נישט" - וועל איך ווייטער לעבן, "אויב נישט" - וועל איך ווייטער זיין פרייליך; ווען מען בעט דעם אייבערשטן קען מען נישט נעמען מיט געוואלד.


שטארקט אייך מיט תפילה והתבודדות; גייט יעדן טאג אביסל אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, בעטס אים ברחמים ובתחנונים ער זאל רחמנות האבן, בעטס אים וואס איר דארפט, און אויב מען זעט נישט די ישועה זאל מען ווייטער אנגיין אין לעבן, זיך שטארקן און זיין פרייליך.


איר ווייסט מן הסתם וואס גייט פאר ביי ענק אין ירושלים, אפאר מנהלות האבן זיך צאמגענומען וואס מען קען טון מיט די קינדער אז זיי קומען אן קיין ברסלב, זיי ווייסן נישט וואס צו טון; זיי טראכטן אז אויב מען וועט ארויסקומען, מען וועט זאגן פאר די קינדער מען זאל נישט הערן און ליינען פון ברסלב - מיט דעם וועלן די קינדער שוין נישט וועלן דעם רבי'ן, זיי כאפן נישט אז דאס וועט זיין די גרעסטע הפצה! מיר מוטשען זיך ווי אזוי מיר קענען אנקומען צו אלעמען, יעדער זאל וויסן פון דעם הייליגן רבינ'ס עצות, יעדער זאל וויסן אז עס איז דא א רבי וואס האט חיזוק פאר יעדן איינעם אין יעדע מצב; אז זיי וועלן האלטן דרשות פאר די תלמידים און תלמידות אז מען טאר נישט הערן און ליינען פון ברסלב - וועלן אלע תלמידים און תלמידות דאס אפיר זוכן און אלע וועלן זיך דערוואוסן פון רבי'ן.


א רחמנות אויף די קינדער - בחורים און מיידלעך; מען פארקויפט זיי גארנישט אין לעבן, אלע זענען הונגעריג, אלע זענען דארשטיג נאך אביסל אמת'ע לעבן. אנשטאט האלטן דרשות מען זאל נישט קוקן אין די ברסלב'ע ספרים - געב עפעס, זאג וואס יא, געב אריין א חיות אין זיי, לערן מיט זיי אמונה, זיי זאלן שפירן דעם אייבערשטן.


דער עיקר זאלט איר זיך נישט שרעקן, איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט הפצה און אז איר וועט זיך האלטן אינאיינעם וועט קיינער ענק נישט קענען צעברעכן; איין וועג איז דא חס ושלום ווי אזוי עס זאל צעפאלן אייער חבורה, אויב עס וועט זיין צווישן אייך מחלוקת, מען וועט זיך נישט קענען ליידן; דעמאלט וועט נישט בלייבן פון אייך גארנישט, כל זמן איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט זיך דורכקומען - וועט קיינער אייך נישט קענען צעברעכן.


אז איינער האט עפעס וואס צו זאגן וואס מען דארף פאררעכטן קען מען מיר שרייבן.


איך בעט די בחורים און אינגעלייט זאלן נישט רייכערן אין די ד' אמות פון שול; גייט אין יבנאל און קוקט וואס עס הענגט אין אלע זייטן, אויפ'ן שול, אויפ'ן כולל: "נא לא לעשן, בפרט בד' אמות של רבינו". ביי אונז איז מען מקפיד אויף דעם; די בחורים וואס רייכערן בעט איך כסדר זיי זאלן אריבערגיין די גאס, נישט שטיין פאר'ן בית המדרש רייכערן. בעט איך אייך איר זאלט אכטונג געבן נישט צו רייכערן אין די ד' אמות פון בית המדרש און זיכער נישט אין בית המדרש, דער בית המדרש איז געמאכט נאר פאר לערנען און דאווענען.


מיר האבן געטרייע גבאים, ר' ... מיט ר' ... און ר' ...; זיי ווילן גארנישט, זיי ווילן נאר מיר זאלן קענען שיין מאכן דעם רבינ'ס נאמען. איך בעט מען זאל זיך פירן מיט דרך ארץ, רעדן שיין איינער צום אנדערן - וועט ענק קיינער נישט קענען שלעכטס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.

#2 - וויין צום אייבערשטער דו זאלסט ארויסגיין פון דיין צוגעקלעבטקייט צו אלקאהאל
אומאן, משקה המשכר, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חבר ... נרו יאיר.


איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז אדער אנגעווייטאגט אויף מיר אויב דורכ'ן יאר האב איך דיר געזאגט אדער געשריבן וכו'; נעם אן מיינע ווערטער אויף א פאזיטיווער וועג, ווייל איך וויל נאר דו זאלסט האבן א גוט לעבן.


יעצט ביים רבינ'ס ציון וועלן מיר פועל'ן א גוט יאר; ביים רבינ'ס ציון קען מען פועל'ן ישועות שלא כדרך הטבע. מוהרא"ש זאגט נאך בשם רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה: "אז מען עקשנ'ט זיך ביים ציון, קען מען אלעס פועל'ן".


דעריבער זאלסטו נישט זיין קיין בטלן, זאלסט זיצן ביים ציון און וויינען און וויינען אז דו זאלסט ארויסגיין פון דיין צוגעקלעבטקייט צו אלקאהאל; בעט דעם רבי'ן אז דו זאלסט זיך פאר'עקלען פון אלקאהאל, און מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


א אינגערמאן האט מיר דערציילט אז זיין זיידע (א מחותן פון מוהרא"ש זכרונו לברכה) פלעגט רייכערן צוויי פושקעס צוגרעטלעך יעדן טאג (רויטע צוגרעטלעך), ער איז געווען אזוי צוגעבינדן צו דעם, ער האט זיך ממש נישט געקענט שיידן דערפון.


ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן האט ער אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מער נישט רייכערן; דער רבי זאגט מען זאל נישט רייכערן, העלף מיר איך זאל זיך אפלאזן פון דעם", איין אינדערפרי ווען ער האט גענומען דעם צוגרעטל אין האנט האט ער געשפירט ווי עס עקלט אים און ער האט דאס אראפגעווארפן, נאכדעם האט ער ווייטער פרובירט איינמאל און נאכאמאל ביז ער האט געזען אז זיינע תפילות און געבעטן זענען נתקבל געווארן און ער האט זיך אפגעוואוינט פון דעם. זעט מען פון דעם, אז מען בעט העלפט דער אייבערשטער.


א כתיבה וחתימה טובה.


בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכל.

#1 - נישט רייכערן אינעם בנין
הפצה, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי נישט ברוגז אז דער מלמד ... האט געשריגן אויף דיר דו זאלסט נישט רייכערן אינעם בנין פונעם תלמוד תורה; זיי אים דן לכף זכות, עס שטערט פאר די קינדער און פאר די מלמדים ווען מען רייכערט אינעם בנין.


דעריבער בעט איך דיר אז פון היינט אין ווייטער זאלסטו נישט רייכערן אינעם בנין וואו די קינדער לערנען, אויך זאלסטו איבער געבן פאר אלע דיינע חברים וואס רייכערן אז זיי זאלן נישט רייכערן אינעם בנין און אפילו נישט אינדרויסן פונעם בנין.


שטארק דיר ווייטער מיט הפצה; טראג שטענדיג מיט זיך א זעקל ספרים און קונטרסים, און ווען דו טרעפסט א איד זאלסטו יענעם מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.