בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, וויליאמסבורג
א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט מיט אונזערע קינדער, און באזונדער מיט מיינע קינדער; בזכות דעם זאלסטו האבן נחת ביי דיינע קינדער, ערליכע ליכטיגע דורות.
איך וויל דיך מחזק זיין און דו זאלסט מחזק זיין אלע מלמדים וואס זענען אונטער דיר, נישט שלאגן חס ושלום קיין קינדער, נישט אנרירן א קינד; דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן קינדער, און אז עס מאכט זיך אמאל אז א קינד איז אזוי געפערליך און מען דארף עפעס טון – זאלסטו זיך מתבודד זיין, זאלסט גיין א שפאציר, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אריינשיינען א וועג ווי אזוי צו מצליח זיין מיט דעם קינד, אבער חס ושלום אנכאפן א קינד מיט כעס אדער ציפן, שטופן, שלאגן, שטויסן, חס ושלום, חס ושלום.
אז מען טראכט אריין זעט מען אז שלאגן וכו' איז נישט פון שכל און נישט פון חינוך, דאס איז עצבים, נערווען, און פון אנגעצויגנקייט, פארלוירנקייט וכו' וכו', עס העלפט נישט, עס העלפט נאר צו בארואיגן די נערווען, איז ווי מעג מען שלאגן דעם אייבערשטן כביכול?! חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:), ווער עס שלאגט א איד שלאגט דעם אייבערשטן.
זיי מחזק אלע מלמדים, און זיי דיך אליינס מחזק, עס איז טאקע א שווערע ארבעט, אבער די שכר איז אין לתאר ואין לשער.