בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
כאטש מיר האבן שוין גערעדט נעכטן, דאך וויל איך דיר שרייבן, אזוי וועסטו דאס קענען איבערליינען און וויסן ווי דו האסט זיך צו פירן.
נישטא אזא זאך ווי שלאגן קינדער, דער רבי האט נישט געהאלטן פון שלאגן קינדער, און אפילו דו וועסט זען ווי פעטש העלפט – זאלסטו געדענקען וואס דער רבי זאגט: "מיט גוטנ'ס וואלט מען בעסער גע'פועל'ט".
איך שרייב דיר דאס ווייל איך בין דערציטערט געווארן נעכטן ווען דו ביסט געווען ביי מיר און דערציילט אז דיין זון נרו יאיר כאפט יעדן טאג פון דיר פעטש, חס ושלום זיך אזוי אויפפירן, די פעטש צעברעכט דיין זון און עס מאכט אים נאר ווערן מער ווילד וכו'. אז דיין קינד איז ווילד, ער שלאגט די געשוויסטער וכו' וכו', דו קענסט עס נישט אפשטעלן – קענסטו אים לייגן אין א צימער (נישט קיין טונקעלע, נישט קיין שרעקעדיגע), און אים זאגן: "ווען דיין יצר הרע גייט ארויס זאלסטו קלאפן – וועלן מיר דיך ארויסנעמען", אבער חס ושלום שלאגן.
גיי אין פעלד ארום דיין שטוב און שריי צום אייבערשטן ער זאל דיר העלפן מיט דיינע קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך, אבער חס ושלום שלאגן.