בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אשריך ואשרי חלקיך!
זע ארויפצולייגן ווייטער די שיעורים אויף 'קול הלשון'; בעבר האסטו שוין מזכה געווען טויזנטער אידישע קינדער מיט חיזוק, אן א שיעור מענטשן דערציילן אז זיי זענען מקורב געווארן און מחוזק געווארן דורך די שיעורים פון קול הלשון, זאלסטו ווייטער טון די גרויסע זיכוי הרבים, ווייל אזויפיל מענטשן שטייען און ווארטן אויף די חיזוק.
וואס איז דא גרעסער'ס פון הפצה? בפרט היינט איז דאס נישט אזוי שווער, ווייל אמאליגע צייטן ווער עס האט געוואלט זיין א מזכה את הרבים האט געדארפט ארום גיין ווינטער אין קעלט, זומער אין די היצן וכו' וכו', היינטיגע טעג קענסטו זיצן אין אפיס און ארויפלייגן שיעורים, און צענדליגער טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' דערמיט טאג טעגליך.
וואס הפצה איז ווייסטו אודאי, נישטא גרעסערס אין הימל פון א מפיץ. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאכנישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".
עס איז דא נייע שיעורים אויף ספר הקדוש ליקוטי מוהר"ן פארגעלערנט אין אידיש אויף א וועג פון לעובדא ולמעשה, לייג עס אויך ארויף אויף קול הלשון אז מענטשן זאלן זיך קענען דערקוויקן מיט דעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.