בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישטא די ווערטער דיר צו דאנקען פאר אלעס וואס טוסט פאר די מוסדות
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר אלעס וואס דו געבסט זיך אוועק פאר אונזערע מוסדות "היכל הקודש", ובפרט פאר'ן העלפן אויפבויען די שטעטל "קרית ברסלב".


באזונדער דאנק איך דיר פאר'ן מנדב זיין דעם נייעם בנין פאר'ן תלמוד תורה; אונזערע קינדער זאלן האבן א פלאץ וואו צו לערנען און דאווענען און אויפוואקסן ערליכע אידן.


טייערער ... נרו יאיר, די זכותים וועט דיר באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


פון דיין ראש ישיבה.