בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די נס פון ערב חנוכה
חנוכה, מנהגים, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב חנוכה איז אונזער יום טוב, ווייל פאר צוויי און זעכציג יאר צוריק ערב חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן די ליכטיגע הייליגע בריוו פון אשר בנחל.


מוהרא"ש האט דערציילט, ערב חנוכה שנת תשכ"ד האבן אנגעהויבן פלוצלונג קלאפן אין טיר בחורים, זיי האבן דערציילט פאר מוהרא"ש זייערע ביטערע נסיונות, ווי זיי ראנגלען זיך מיטן שרו של עשו, ווי זיי פאלן אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן. מוהרא"ש האט נישט געוואוסט וואס צו טון, ביז ער האט זיך גע'חלומ'ט ווי דער רבי זאגט אים ער זאל שרייבן התחזקות אין דעם פרט פאר אלע וואס פאלן אין די עבירות; ומעשה שהיה כך היה, יענעם יאר, שנת תשכ"ד, נאנט צו חנוכה חלומ'ט זיך פאר מוהרא"ש ווי ער זעט דעם רבי'ן שפאצירן מיט מוהרנ"ת, ער זעט ווי דער רבי רעדט מיט אים עפעס א טיפע זאך, און מוהרא"ש איז צוגעגאנגען צום רבי'ן, זיך צוגעבויגן און זייער שטארק אנגעהויבן צו וויינען, און שטילערהייט געזאגט פארן רבי'ן אז בחורים און אינגעלייט דערציילן אים וואס גייט אויף זיי אריבער, זייערע ביטערע נסיונות אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. מוהרא"ש האט געוויינט צום רבי'ן אז מען שרייבט אים בריוו און ער ווייסט נישט וואס זיי צו ענטפערן, און מוהרא"ש האט געזען אין חלום ווי מוהרנ"ת איז בייז פארוואס ער האט איבערגעהאקט זייער שמועס, ער האט געווינקען פאר מוהרא"ש זאל נישט שטערן, אבער דער רבי האט געקוקט מיט א גרויסע שמייכל און געוויזן פאר רבי נתן ער זאל אים לאזן אויסרעדן, און מוהרא"ש האט דערציילט פארן רבי'ן וואס גייט פאר אין דעם דור, די שרעקליכע נסיונות וואס בחורים און אינגעלייט גייען אריבער, מען ווערט נכשל בפגמי הברית רחמנא לצלן – "וואס זאל איך זיי זאגן? וואס זאל איך זיי שרייבן?" האט אים דער רבי געזאגט: "שרייב, שרייב זיי, איך וועל דיר העלפן שרייבן שיינע זאכן", און פלוצלונג זענען זיי נעלם געווארן. קוק נאך די מעשה אין אשר בנחל (חלק כא, מכתב ג' קיז).


היינט ערב חנוכה איז געשען די נס אז מיר האבן זוכה געווען אין אונזער דור צו אזעלכע ספרים וואס זענען אזוי אפן מגלה דעם אייבערשטן, אפילו דער נידריגסטער און געפאלענער, אז ער וועט לערנען די בריוו וועט אים ליכטיג ווערן; בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, מאך זיך א שיעור צו לערנען דעם הייליגן ספר אשר בנחל. מוהרא"ש זאגט אז מען האט אמאל אויסגעלויבט פאר מוהרנ"ת דעם ספר 'שני לוחות הברית' פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז דאס איז ממש א כל בו, ווייל עס פארמאגט אין זיך אלעס; דרוש, חסידות וכו', האט זיך רבי נתן אויסגעדרוקט אויף זיינע ספרים 'ליקוטי הלכות': "מיינע ספרים איז דעם אייבערשטנ'ס גן עדן", ווייל ווען מען לערנט ליקוטי הלכות ווערט מען אזוי מחוזק אז מען שפירט זיך ווי אין גן עדן, און מוהרא"ש האט אויסגעפירט: "און דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס", ווייל מען קען נישט טרעפן נאך א ספר וואס זאל זיין אזא שטיק געטליכקייט ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו זעט מען די לויטערע אמונה און מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן, נאך האט מוהרא"ש געזאגט: "איך פלעג זען אינגעלייט זוכן און נישטערן אין ספרים צו טרעפן עפעס התחזקות; מען מישט אהער און מען מישט אהין, מען זוכט וואו קען מען טרעפן אביסל חיזוק, מען זוכט א ווארט אדער א רמז אז מען קען נאך תשובה טון, האב איך דעמאלט אפגעמאכט אז איך וועל ארויס געבן אזעלכע ספרים וואס מען וועט נישט דארפן מישן אהער און אהין, מען וועט נישט דארפן זוכן התחזקות, נאר וואו מען וועט נאר עפענען דעם ספר וועט מען גלייך טרעפן וואס מען דארף צו קענען ווערן אן ערליכער איד".


היינט נאכט צינדט מען די ערשטע לעכטל, ביי אונז איז דער מנהג זיך אנצוטון שטריימל און בעקיטשע, מען וואשט זיך די הענט, מען זאגט דעם לשם יחוד, מען רופט צאם אלע קינדער, אלע זאלן זען ווי דער טאטע צינדט אן די הייליגע לעכטלעך, אויך ווארט מען אויף די ווייב זי זאל זיין גרייט, זי זאל זיך אויך וואשן די הענט, ווייל זי איז יוצא מיטן מאן'ס צינדן, און מען מאכט די ברכות הויך מיט שמחה, מיטן נוסח. די ערשטע נאכט מאכט מען דריי ברכות און מען צינדט אן די לעכט, מען זאגט הנרות און מען זינגט די זמירות.


מען זיצט לכל הפחות א האלבע שעה און מען זינגט זמירות, מען רעדט צו די קינדער, און אז מען קוקט אריין אין די לעכטלעך זעט מען נייע זאכן, מען הייבט אן פארשטיין עס איז נישטא קיין אנדערע תכלית אויף די וועלט נאר צו דינען דעם אייבערשטן, נאר לערנען תורה און דאווענען, און אויפשטעלן ליכטיגע דורות פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.