בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די נסיון פון ארעמקייט איז נאר א פרואוו צו וועמען דו וועסט זיך ווענדן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי', פארליר זיך נישט; איר גייט יעצט אריבער א שווערע נסיון, אייער מאן נרו יאיר מוטשעט זיך זייער צו ברענגען פרנסה, עס איז נישט דא אין שטוב גארנישט, די הויז איז ליידיג, נישט דא קיין עסן, נישט דא גארנישט, דאך דארפט איר וויסן אז דאס איז נאר א פרואוו, מען וויל זען פון הימל צו וועם איר וועט זיך ווענדן, צי איר וועט ווייטער האבן אמונה – גלייבן אינעם אייבערשטן, ווייטער גלייבן אין צדיקים, ווייטער מכבד זיין דיין מאן, אדער חס ושלום זיך פארלירן.


געדענק די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך; דו האסט א טייערער מאן, א מאן אן ערליכער איד, א מאן א צדיק, א מאן וואס גייט נישט ליידיג, ער לויפט ארבעטן כדי צו זוכן פרנסה. דו האסט געזונטע קינדער און דו אליינס ביסט געזונט און שטארק; דער אייבערשטער געבט אייך אזויפיל גוטס. אמת טאקע, איר גייט יעצט אריבער דעם נסיון העוני, עס איז נישט דא קיין געלט איינצוקויפן אויף שבת, איר ווערט פארשעמט אין גראסערי ווען איר דארפט צוריק לייגן די עסן אין שאנק ווען איר האט נישט צו באצאלן, די קרעדיט קארדס ארבעטן נישט און דאס איז א שרעקליכע צער, אבער אז איר וועט קוקן פון וואו דאס קומט, איר וועט קוקן צום אייבערשטן, אים בעטן און וויינען צו אים וועט דער אייבערשטער מאכן גרויסע ניסים.


מיין הארץ איז מיר צוריסן הערנדיג דיין געוויין און דיין מאן'ס געוויין, איך האב ענק זייער ליב. גלייב מיר, אויף מיר גייט אויך איבער זייער שווערע נסיונות, דאך דערהאלט איך זיך, איך האב נישט קיין תערומות אדער קשיות – חס ושלום, איך בעט דעם אייבערשטן.


איך זאג אייך, בקרוב וועט זיך אלעס איבערדרייען און איר וועט האבן גרויס שפע.