בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די נסיון פון די תלמידים איז נאך שווערער ווי דעם צדיק'ס נסיון
הפצה, בית המדרש, נסיונות, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש ירושלים


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך פריי זיך צו הערן נאכאנאנד גוטע גרוסן פון ענקער חבורה אין ירושלים עיר הקודש.


מענטשן דערציילן, זיי פאלן אריין א תפילה אין שול; עס איז אזוי געשמאק, אזוי ווארעם, מען האט זיך ליב. איינע פון די משפחות פון די קהילה פון אמעריקע זענען געווען ביי ענק יום טוב סוכות, זיי הערן נישט אויף רעדן ווי שיין עס איז דארט. דער אינגערמאן זאגט מיר, איך ווייס נישט אויב מען מעג זאגן אזוי, דארט איז אין א געוויסע זין מער ווארעם ווי אין ישיבה; עס הערשט ממש א ליבשאפט, מען האט זיך ליב, קיינער גרויסט זיך נישט אויפ'ן צווייטן, אלע ווילן איין זאך, נאר הערן וואס דער רבי זאגט אויפ'ן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט דאס אונז געגעבן.


איך וויל אייך מיטטיילן א שיינע חיזוק וואס מוהרא"ש זאגט אויף די פרשה, מען זעט ביי די פרשה פון די עקידה, די גרויסע נסיון וואס דער אייבערשטער האט געפרואווט אברהם אבינו ער זאל נעמען זיין זון יצחק, זיין איינציגסטער זון וואס ער האט געווארט אזוי לאנג אויף אים, ביז די הונדערט יאר - און אים שחט'ן פאר'ן אייבערשטן. אברהם אבינו האט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן אן קיין שום שאלות, ער האט דאס געטון מיט די גרעסטע שמחה, למעשה געפונען מיר אז מען רופט אן די נסיון אויף יצחק אבינו 'עקדת יצחק' - נישט אויף אברהם אבינו'ס נאמען; זאגט מוהרא"ש, אברהם אבינו האט טאקע געהאט א גרויסע נסיון צו נעמען זיין איינציגסטע קינד און אים מקריב זיין פאר'ן אייבערשטן, דאך איז יצחק'ס נסיון שטערקער, ווייל יצחק האט דאס נישט געהערט פונעם אייבערשטן אליינס, יצחק האט געהערט פון זיין טאטע אברהם אבינו ווי ער זאגט אים: "קום זיך שחט'ן פאר'ן אייבערשטן" - דאס איז דער עיקר נסיון.


מוהרא"ש זאגט, דאס פאסירט שטענדיג אין יעדן דור. דער צדיק אמת וואס איז דבוק אינעם אייבערשטן, ער איז נישט מסיח דעת פונעם אייבערשטן קיין איין רגע, ער האט שווערע נסיונות, מען פארגיסט זיין בלוט, מען איז אים מבזה - דאס איז נישט אזא נסיון ווי די נסיון וואס די תלמידים גייען אריבער, ווייל דער צדיק איז א בחינה אזוי ווי אברהם אבינו וואס הערט פונעם אייבערשטן אליינס, ווידער די תלמידים - זיי הערן פון זייער רבי וואס דער רצון השם איז און זיי זענען זיך מוסר נפש צו טון די ווילן פון זייער רבי'ן, זיי פארשפרייטן די לימודים וואס זיי זענען מקבל פון זייער רבי'ן, זיי פארשפרייטן דעם אייבערשטן פאר אלעמען; אפילו מען שפעט פון זיי, מען פארגיסט זייער בלוט וכו' וכו' - לאזן זיי נישט אפ זייער רבי'ן, זיי זענען זיך מוסר נפש, זיי געבן אוועק זייער נאמען; מוהרא"ש זאגט, מסירת השם איז מסירת נפש, ווען איינער געבט אוועק זיין נאמען, מען רעדט אויף אים כל דבר אסור - איז דאס אויך מסירת נפש, דאס איז א גרעסערע מדריגה.


שטארק אייך, זייט ממשיך מיט הפצה; זייט שטארק נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "אפילו דער רבי זאל מיר האקן מיט א דראנג - לאז איך נישט אפ דעם רבי'ן", און זעט צו פארשפרייטן דעם רבי'ן וואס מער; קוקט נישט אויף קיינעם, טענה'ט נישט מיט קיינעם - וועט איר מצליח זיין.


א פרייליכן שבת!