בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נעם די דירה פון דיין שווער, און זאלסט אים אויך ארייננעמען צו דיר
כיבוד אב ואם, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו מסכים זיין וואס דיין שווער בעט פון דיר, אז ער וויל דיר געבן א דירה אויף דיין נאמען בתנאי אז די דירה וועט האבן א חלק פאר אים, אז דו און דיין ווייב זאלן זיין נאנט צו אים, ער זאל נישט זיין עלנד; דו וועסט דאך נאר פארדינען פון דעם, סיי דו און סיי דיין ווייב וועלן קענען מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם, בנוסף לזה וועסטו האבן א דירה; דו וועסט קענען לערנען און דאווענען אן קיין לחץ פון צאלן רענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.