בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האף אז דו האסט הנאה געהאט צו זיין ביי מיר אויף שבת און דו האסט מיט גענומען מיט דיר אהיים אסאך התחזקות ווייטער ממשיך זיין צו פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן אין גאנץ ענגלאנד.
זיי מיר מוחל אז איך בין נישט אנגעקומען זונטאג פארטאגס וכו'; איך האף דאס משלים צו זיין אויפן טעלעפאן.
דער עיקר זאלסטו ארויס נעמען א וועג ווי אזוי זיך מחזק צו זיין אפילו עס גייט איבער אויף דיר שוועריקייטן. איך גיי יעצט אריבער זייער שווערע צייטן וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט, עם כל זאת בין איך זיך מחזק און איך פרוביר מחזק צו זיין אנדערע.
דו האסט דאך געזען במשך דעם שבת וויפיל שיעורים איך לערן פאר; פרייטאג צו נאכטס זיצן ביי מיר בחורים ביז שפעט אויף דער נאכט, נאכדעם שבת פארן דאווענען איז דא א שיעור אין ספר פעולת הצדיק, נאכן דאווענען א שיעור אין סיפורי מעשיות, נאכדעם שלש סעודות, נאך מעריב איז דא אבות ובנים, גלייך נאכדעם איז דער שיעור אין א בלאט בבלי און א בלאט ירושלמי, נאכדעם איז סעודת מלוה מלכה ביז שפעט; דאס איז מיט אלעס וואס גייט איבער אויף מיר. קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף מיר וכו' וכו', מיט דעם אלעם גיי איך אן מיט אלע כוחות און איך דערהאלט זיך מיט די עצות פון רבי'ן.
דעם שבת האב איך זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן כח ווייטער ממשיך זיין אריין צו ברענגען די עצות פון רבי'ן אין די גאנצע וועלט; זאלסטו דאס אויך טון. קוק נישט אויף קיינעם, דו זיי ממשיך צו פארשפרייטן די גליונות אין אלע שולן אין לאנדאן; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט העלפן א איד און אים ארויס שלעפן פון זיינע עבירות, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי העלפן א צווייטן איד.
איך וועל דיר נאך שרייבן, נאר איך דארף יעצט אריין גיין צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.