בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נעם נאר מענער פאר ארבייטערס
צניעות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האלט זיך שטארק נישט צו נעמען גוי'טעס, נעם נאר גוים ארבעטער; מיט תפילה וועסטו טרעפן גוטע מענער ארבעטער.


עס לוינט זיך נישט די גאנצע פרנסה אויב מען זיצט מיט גוי'טעס; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ז): "מַרְבֶּה שְׁפָחוֹת, מַרְבֶּה זִמָּה", אז מען האט דינסטן - ברענגט דאס צו עבירות; אפילו מען ארבעט אויס עס זאל נישט זיין קיין יחוד איז דאך דא הרהורי עבירה וואס איז ערגער פון עבירות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז הארבער פון טון עבירות; וואס פעלט אויס אזא פרנסה?


קוק נישט אויף דעם אז עס איז גרינגער פאר די פרנסה מיט די גוי'טעס; עס קען אמאל זיין אז עס זעט אויס ווי מען פארדינט מער געלט אבער עס איז נישטא קיין ברכה אין די געלט, און אמאל איז פארקערט, עס זעט אויס ווי מען פארדינט ווייניגער - אבער אז עס איז ערליך און אויסגעהאלטן קומט אריין א ברכה אין די געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.