בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער טייערער הארציגער ... נרו יאיר.
נעם נישט אראפ דעם שמייכל פון דיין פנים; ווען דו ביסט אין שטוב זאלסטו שמייכלען צו דיין ווייב, ווען דו ביסט אין שול זאלסטו שמייכלען צו אנדערע און ווען דו ארבעסט זאלסטו שמייכלען צו אלעמען.
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד", דער וואס איז שטענדיג פרייליך, "עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דורכדעם וועט ער מצליח זיין; נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן מג): "יֶשׁ בְּנֵי אָדָם שְׁיֵשׁ לָהֶם יְסוּרִים גְדוֹלִים וְנוֹרָאִים רַחֲמָנָא לִצְּלָן", עס זענען דא מענטשן וואס האבן שרעקליכע גרויסע יסורים, זיי זוכן פאר וועם זיי קענען דערציילן זייער ווייטאג, זיי האבן נישט מיט וועם צו רעדן, "וּכְשֶׁבָּא אָדָם עִם פָּנִים שׂוֹחְקוֹת יָכוֹל לְהַחֲיוֹת אוֹתָם מַמָּשׁ", און ווען זיי זעען א פרייליכער מענטש ווערן זיי זייער אויפגעלעבט.
איך בעט דיר זייער זאלסט ארומגיין מיט א שמייכל; דאס איז די גרעסטע הפצה, דאס איז די גרעסטע חסד. דו וועסט מחי' מתים זיין, דו וועסט לעבעדיג מאכן אלע טויטע צעבראכענע מענטשן.
זיי שטארק מיט'ן דף גמרא יעדן טאג. אויך זאלסטו יעדן טאג זאגן דעם יום תהלים און בעט אויך פאר מיר: יואל בן ריצא רעכיל.
איך האב דיר זייער ליב.