בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נעם נישט צו זיין פרנסה ווייל ער איז געפארן קיין אומאן
אומאן, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת האזינו א', כ"ו אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן


 


לכבוד הרב ר' ... שליט"א.


עס איז געקומען צו מיר האברך ... נרו יאיר, ער בעט מיר איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער זיך איינבעטן ביי אייך מען זאל אים נישט צונעמען זיין פרנסה פאר'ן פארן קיין אומאן איבערלאזנדיג די כתה פאר אפאר וואכן.


עס איז זייער א שווערע זאך מסביר צו זיין פאר א נישט ברסלב'ער חסיד וואס ברסלב איז און וואס דאס מיינט זיין ראש השנה אין אומאן, דאך וועל איך פרובירן דאס געבן צו פארשטיין אויפ'ן שפיץ גאפל, אפשר וועט איר מסכים זיין אים צוריק צו נעמען אין חדר.


ראש השנה ווייסן אלע וואס דאס איז, ראש השנה איז מען דן די גאנצע וועלט, כל באי עולם יעברון לפניו כבני מרון; וואס טוט מען ווען מען שטייט פאר א משפט? מען זוכט אן עורך דין, א גרויסער לויער וועלכער זאל פארטיידיגן דעם מענטש; ווער רעדט נאך אז מען שטייט פאר א משפט לחיים ולמות - וועט מען טון אלעס אויף דער וועלט צו טרעפן דעם גרעסטן עורך דין ער זאל קומען פרובירן צו העלפן, איז דאך אוודאי ווען מען שטייט פאר ראש השנה ווען מען משפט יעדן איינעם "מי יחיה ומי ימות" וגומר, און אז דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּראשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן" - ראש השנה קען איך יעדן איינעם מתקן זיין, אפילו די מענטשן וואס קענען נישט האבן קיין תיקון; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תג): איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן אז איך ווייס וואס ראש השנה איז, איך האב דאס נישט בקבלה פון מיינע עלטערן, נאר באקומען במתנה פונעם אייבערשטן. די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה.


דעריבער פארן ברסלב'ער חסידים אלע יארן קיין אומאן מיט מסירות נפש; קיין שום זאך קען אונז נישט אפשטעלן און קיין שום זאך וועט אונז נישט אפשטעלן.


די יאר האט מען פארמאכט די גרעניץ, מען לאזט נישט אריינקומען קיין אוקריינא, די גאנצע זאך איז נאר צו צעשטערן ברסלב'ע חסידים זאלן נישט קומען קיין אומאן; זיי זאגן אז דאס איז צוליב די קאראנע וויירוס אבער דאס איז נישט וואר ווייל גוים לאזט מען אריבער, נאר ברסלב'ע חסידים שטעלט מען אפ. איך בין בחסדי ה' יתברך אריבער די גרעניץ נעכטן ב' סליחות, אבער מיינע קינדער זענען געבליבן שטעקן אין מאלדאווא מיט נאך אסאך תלמידים מיינע.


אסאך ברסלב'ע חסידים ווען זיי האבן געהערט אז מען גייט פארשפארן די גרעניץ האבן זיי זיך גלייך אויפגעהויבן צו קומען קיין אומאן, דער אינגערמאן ... נרו יאיר האט געשטעלט א פיינער במקום פאר זיינע תלמידים כדי נישט צו לאזן די תלמידים אויף הפקר און איז געקומען קיין אומאן.


אים איז דאס נישט גרינג, ער האט א ווייב מיט קינדער; ער איז נישט קיין הפקר יונג, דאך האט ער דאס געטון ווייל דאס איז אונזער אמונה, מיר האבן אמונת חכמים, מיר גלייבן וואס צדיקים זאגן.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט אים צוריק נעמען צו זיין א מלמד פאר די תלמידים; ווי נישט ווי איז ער דאך א מלמד מומחה, ער לייגט אריין אין די קינדער יראת שמים און אהבת ה' יתברך.


איך האף איר וועט קוקן אויף די גאנצע זאך מיט אן אנדערע בליק; ער איז נישט אוועק פון די פרנסה מחמת הפקירות, נאר פארקערט, ער האט דאס געטון מיט מסירות נפש, נאר לזכות לכל טוב וטוב.


איך וואונטש אייך א שנה טובה ומבורכת און הצלחה בכל התלמידים.