בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט זענען מיר מסיים מסכת הוריות און מארגן הייבן מיר אן מסכת זבחים; איך וויל זייער זאלסט אנהייבן מארגן סדר קדשים, מסכת זבחים, און נעם פון די מפיצים א בית נצחי; אזוי וועסטו קענען מיט האלטן די דפים ביי די נסיעה, וועסט נישט ארויספאלן די אלע טעג וואס מיר פארן צום רבי'ן. אשרינו אז מיר האבן דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, אז מען זאל זאגן די ווערטער אפילו בלי הבנה, אפילו אן פארשטיין (שיחות הר"ן, סימן עו); דאס קען מען טון אונטערוועגנס אויך.
היינט נאכט איז דא א פארברענג פאר די פרויען, זיי מחזק זיין פארן שיקן די מענער קיין אומאן; גיי אהיים, בלייב מיט די קינדער, לאז דיין ווייב זיך אנשעפן פרישע כוחות, לאז איר נישט מיט נעמען די בעבי, בלייב מיט די קינדער אין שטוב, (א גאנץ יאר זאלסטו אזוי טון, מעגסט בלייבן די צוויי שעה מיט די קינדער, מעגסט געבן דיין ווייב איינמאל א וואך די מעגליכקייט אביסל ארויסגיין זיך אנשעפן פרישע כוחות).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.