בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נעמט די הייליגסטע תיקון, לערנען די הייליגע גמרא
חתונה, גמרא, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו זוכסט תיקונים פאר דיינע חטאות נעורים - זאלסטו לערן אסאך בלעטער גמרא. מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט פון הרב הקדוש רבי בנציון מבאבוב זכותו יגן עלינו, בעל מחבר ספר "קדושת ציון", אמאל זענען צו אים געקומען בחורים און געבעטן ער זאל זיי געבן א תיקון פאר זייערע עבירות, זיי האבן אים דערציילט אלע זייערע חטאות נעורים וואס זיי האבן געטון און געבעטן א תיקון, האט ער זיי געזאגט זיי זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, האבן אים די בחורים געזאגט אז דאס איז זיי זייער שווער, האט דער באבוב'ער רב זיי געזאגט: "ענק ווילן די סארט תיקונים פון זיך פייניגן, פאסטן, אדער גולגול שלג וכדומה? פארוואס זאלט איר נישט נעמען די הייליגסטע תיקון - לערנען די הייליגע גמרא?"


איך וויל דיך לאדענען צו מיין שמחה; מיין זונ'ס חתונה אם ירצה ה' קומענדיגע וואך זונטאג. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויך זוכה זיין צו חתונה מאכן די קינדער יונג, אוועק ווארפן די חכמות המדומות, טון וואס איז ריכטיג, טון וואס איז גוט פאר די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.