בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נעמט זיך פאר זיך צו באדאנקען פאר אלעמען
חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן פון אייערע טיטשערס אז איר זענט זייער זייער וואויל, סיי אין דרך ארץ, סיי מיט גוטע מידות, איך בין זייער פרייליך צו הערן די שיינע גרוס, און איך קען קוים ווארטן צו טרעפן אייערע עלטערן און זיי איבער געבן די גוטע גרוס, זיי מחי' זיין.


ביים רבי'ן איז געווען זייער שטארק און וויכטיג מען זאל זיך פירן מיט "דרך ארץ". דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ"; אז א מיידל פירט זיך אויף מיט דרך ארץ אין שטוב צו די עלטערן און אין שולע צו די טיטשערס - איז זי א ריכטיגע תלמידה פון בית פיגא און דאס הייסט א תלמידה פון היכל הקודש.


נעמט זיך פאר זיך צו באדאנקען פאר אלעמען. ווען די אידישע טיטשער ענדיגט לערנען מיט ענק - זאלט איר צוגיין איידעלערהייט און זאגן שכוח, ווען די ענגליש טיטשער ענדיגט לערנען - זאלט איר זיך באדאנקען פאר איר און זאגן שכוח, ווען די נייען טיטשער ענדיגט מיט ענק לערנען ווי אזוי צו נייען - זאלט איר זיך באדאנקען, און אזוי אויך ווען איר גייט אריבער די מנהלת - זאלט איר אלץ זאגן שכוח פאר אלעס, אויך ווען איר דארפט עפעס פון אפיס, איר זעט די סעקריטעריס - זאלט איר זיי שטענדיג באדאנקען.


אויך אין שטוב זאלט איר זאגן פאר טאטע מאמע: "שכוח פאר אלעס", אז איר וועט זיך אזוי צוגעוואוינען - וועט איר אויך האבן הכרת הטוב פארן אייבערשטן. ווייל נאר דער וואס האט הכרת הטוב פאר דער וואס טוט א טובה, דער געדענקט צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. ביי פרעה, דער קעניג פון מצרים שטייט – "אֲשֶׁר לֹא יָדַע אֶת יוֹסֵף" (שמות א, ח), ער האט זיך געמאכט ווי ער ווייסט נישט ווער יוסף הצדיק איז, ווער עס האט אים געראטעוועט, אים מיט זיין לאנד, און שפעטער שטייט (שם ה, ב): "לֹא יָדַעְתִּי אֶת ה'", איך ווייס נישט פונעם אייבערשטן; ווייל נאר דער וואס באדאנקט זיך - דער געדענקט פונעם אייבערשטן.


ווייזט דעם בריוו פאר אייערע חבר'טעס, אלע זאלן זיך אזוי פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.